33

לערנט אַז עס דאַרף זיין: צא ולמד, אַרויסגיין פון זיך און לערנען פון יענעם8, זען דעם אייגענעם חסרון און די מעלה פון יענעם.

ו. ויהי שם לגוי גדול עצום ורב.

מערער ווי פופציג יאָר צוריק — אין יאָר תרנ"א — האָט דער טאַטע זייער אַ סאַך גערעדט באַ די הגדה, עס איז געווען זייער אַ פריילעכער פסח.

— עס איז אַ גרויסער עגמ"נ וואָס מ'קען ניט ריידען באריכות דאָס וואָס מ'וואָלט געדאַרפט ריידען8 און מען מוז זיך פאַרלאָזן אויף אותיות הכתב, אָבער אין דבור איז דאָס גאָר אַנדערש מיט אַ אַנדער חיות.

יסורי הגוף דאַרף אַ איד מקבל באהבה זיין, אָבער יסורי הנפש וואָס זיינען פאַרבונדען מיט יסורי הגוף — אויף דעם קען מען ניט מסכים זיין און מ'דאַרף ניט מסכים זיין, נו...

אז מען שטעלט זיך אָפּ אין ציור המחשבה פון אַמאָל, איז מען ניט עלענד. הגם מען איז איצטער אויך ניט עלענד, מען געפינט זיך ב"ה צווישען אידען, און אַזעלכע וואָס ווילען הערען און האָבען געגועים צו הערען אַ וואָרט. —

דאַמאָלסט — אין יאָר תרנ"א — האָט דער טאַטע געטייטשט "ויהי שם לגוי גדול", אַז אפילו אין מצרים האָבען אידען דערהערט אַז זיי זיינען אַ "גוי גדול". עס איז דאַן געווען אַ גאַנצע אריכות וועגען "גדול עצום ורב", און דער טאַטע האָט גערעדט אַ אריכות אין דעם ענין, אַז אין נשמות איז פאַראַן די מדריגה פון גדלות, עצמות און ריבוי, זייער אַ טיפער ענין אין חסידות, באַ מיר איז דאָ אַ הנחה פון דעם מאמר9.

ז. וירעו אותנו המצרים.

פון די ווערטער איז משמעות ווי עס וואָלט זיך געוואנדען אין זייער בחירה, אין פלוג איז דאָך דער גלות מצרים און אַזוי אַלע גלות'ן מצד השגחה מלמעלה וואָס עס איז פאַראַן אַ כוונה אין דעם, וואָס די עניני הגלות דאַרפן דורכגעפירט ווערן, היינט וואָס זאָגט ער "וירעו אותנו המצרים" כאילו עס איז תלוי אין זיי אַליין.

נאָר דער ענין איז, וירעו איז מלשון ריעות, די מצרים האָבען זיך אָנגעהויבען חבר'ן מיט די אידען10. און אַזוי אין יעדען גלות איז פאַראַן אַ סוג אידען וואָס חבר'ן זיך מיטען פּריץ; אפילו די וואָס מיינען אַז דורך דעם וואָס זיי וועלען זיין גוט מיט'ן פּריץ וועט דאָס בריינגען אַ טובה לכלל ישראל. דאָס איז אַ טעות, ניטאָ וואָס צו האָפען אויף דעם, ניט זיי ווילען טאָן און ניט זיי קענען טאָן.

וואָס איז אָבער דער פועל יוצא פון דעם "וירעו", "ויענונו ויתנו עלינו עבודה קשה", אַז דער גלות ווערט נאָך שווערער וכו'.

ח. רבי יהודא הי' נותן בהם סימנים.

(בשם כ"ק אבי אדמו"ר נ"ע) וואָס איז דער ענין פון די סימנים און נאָך וואָס דאַרף מען סימנים (גם איזה שייכות יש בין רבי יהודה שהי' נותן בהם סימנים לרב יהודה שכולי תנויי בנזיקין הוה11),

הערות

  1. 8. ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 91.
  2. 8. ראה גם ספר השיחות תשנ"ב ח"א ע' 292.
  3. 9. לע"ע אינו תח"י.
  4. 10. ראה גם ספר השיחות ה'תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 324.
  5. 11. ברכות כ, א. וראה תענית כד, א. סנהדרין קו, ב.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 21 עמודים.

  1. אגרות קודש ה'מה תענית כד, א
  2. לקוטי שיחות 28 תענית כד, ב
  3. לקוטי שיחות 456 תענית כד, א
  4. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ב' פ' בלק, י"ב תמוז, ה'תשח"י. תענית כד, סע"ב ואילך
  5. תורת מנחם בס"ד. שיחת חג הפורים ה'תשי"ט. תענית כד, סע"ב
  6. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום א' פ' וארא, כ"ד טבת, ה'תשכ"ג תענית כד, סע"ב ואילך
  7. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ד' פ' עקב, כ"ף מנחם-אב, ה'תשכ"ד תענית כד, סע"ב
  8. תורת מנחם בס"ד. ש"פ בהר-בחוקותי, מבה"ח סיון, ה'תשכ"ו תענית כד, א-ב
  9. תורת שמואל לב תענית כד, סע"ב
  10. תורת חיים יד, ד תענית כד, א
  11. תורת חיים טו, א תענית כד, א
  12. תורת חיים שסו, ג תענית כד, סע"ב
  13. תורת חיים תמא, ב תענית כד, ב ואילך
  14. שולחן ערוך יג תענית כד, רע"א
  15. שולחן ערוך ג תענית כד, א
  16. אגרות קודש אגרת מח תענית כד, א
  17. שוע"ר עם ביאור דברי שלום שטז צידה האסורה והמותרת בשבת תענית כד, רע"א
  18. תורת מנחם פורים, ה'תשכ"ח תענית כד, א
  19. תורת מנחם שיחת ש"פ תבוא, כ"א אלול, ה'תשכ"ח תענית כד, סע"ב ואילך
  20. תורת מנחם שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח וער"ח מרחשון, ה'תשל"ג תענית כד, א-ב
  21. תורת מנחם שיחת ש"פ ראה, מבה"ח אלול, ה'תשל"ג תענית כד, א