328
ליל א' דחה"ש בסעודה תש"ט1
א. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט אָנהויבען זאָגען תיקון שבועות באַלד נאָך ליכט צינדען אין אָנהויב פון ליל חג השבועות, דערנאָך מפסיק געווען און נאָך דער סעודת יו"ט ווייטער ממשיך געווען.
ב. רז"ל זאָגען2 חרדה מסלקת הדמים. היינט ווי איז געווען נאָך אַזאַ חרדה — ציטערניש — ווי ביי מתן תורה3.
ג. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט אַמאָל אַרום גערעדט בארוכה דעם ענין החרדה וואָס איז געווען ביי אידען בעת קבלת התורה. משה רבינו האָט געוואוסט און משער געווען פריער וואָס פאַר אַ חרדה עס וועט זיין, פונדעסטוועגען איז דאָס כלל ניט געווען בערך צו דער חרדה וואָס איז געווען בפועל.
ד. החסיד ר' גרשון דוב פּאַהאַרער4 פלעגט זאָגען נאָך קריאת שמע שעל המטה: אַה! מאָרגען דאַרף מען אויפשטיין גאָר אַ אַנדערער5.
שבועות ביינאַכט דאַרף מען זאָגען: מאָרגען אין דער פריה דאַרף מען זיין גאָר אַ אָפּגעפרישטער.
ה. אַמאָל — דאָס זאָג איך דברי הרב — פלעגט מען מייקר זיין אַ וואָרט פון אַ עלטערען חסיד אַ עובד, אַ סך מעהר ווי פון אַ חסיד אַ משכיל. באמת איז אַז ביי עובד און משכיל איז ביי זיי פאַראַן ביידע ענינים — עבודה און השכלה —, נאָר דער חילוק איז פון וואנען עס פאַנגט זיך אָן. צי די השכלה האָט געבראַכט צו עבודה, אָדער די עבודה האָט געבראַכט צו השכלה.
ו. אַז מען ווערט עלטער מיט פופציק יאָהר דערהערט מען אַ וואָרט מיט אַ אַנדער ליכטיקייט. עס הערט זיך די פנימי' הנקודה מיט אַן אַנדער קלאָרקייט. אַז מען איז אינגער איז פאַראַן פערשידענע ענינים וואָס פאַרשטעלען אויף דער פנימיות הנקודה פונ'ם וואָרט, אָבער אַז מען ווערט עלטער הערט זיך דאָס אָן מיט אַן אַנדער ליכטיקייט.
ז. אַמאָל איז געווען אַ סדר ביי מלמדים, אַז נאָכדעם ווי זיי האָבען מבאר געווען און געגעבען צו פאַרשטיין אַ ענין פלעגען זיי זאָגען צום תלמיד: אַז דו וועסט עלטער ווערען וועסטו פאַרשטיין.
איז דאָך לכאורה קשה, וויבאַלד אַז ער גיט אים צו פאַרשטיין איז וואָס זאָגט ער אים: אַז דו וועסט עלטער ווערען וועסטו פאַרשטיין. נאָר דאָס איז דער אין סוף פון ידיעת התורה.
אויף דער חסיד'שער שפּראַך הייסט דאָס, אַז די השגה דבינה זאָל דערהערען די הפלאה פון חכמה, בינה איז הבנה — פאַרשטיין. אָבער אפילו אַז ער פאַרשטייט איז ער דאָך אַ פתח. אויב ער איז
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 14 עמודים.
- תורת מנחם בס"ד. יום ב' דחג השבועות, ה'תשכ"א* נדה ט, א
- תורת מנחם בס"ד. ש"פ וארא, מבה"ח שבט, ה'תשכ"ד נדה ט, א
- תורת מנחם בס"ד. ש"פ נצבים-וילך, כ"ה אלול, ה'תשכ"ו נדה ט, א
- מאמרים מלוקטים בס"ד. יום ב' דחג השבועות, ה'תשכ"א נדה ט, א
- מאמרי אדמו"ר האמצעי תשיג נדה ט, א
- מאמרי אדה"ז תקיב נדה ט, א
- תורת חיים נא, א נדה ט, א
- תורת חיים סו, ד נדה ט, א
- שולחן ערוך לב נדה ט, א
- פלח הרמון רפב נדה ט, א
- שוע"ר עם ביאור דברי שלום רנב מלאכות המותרים והאסורים להתחיל בערב שבת כדי שיהיו נגמרים בשבת נדה ט , ב
- שוע"ר עם ביאור דברי שלום שה במה בהמה יוצאת בשבת נדה ט, א
- תורת מנחם שיחת יום ה' פ' וישב, י"ט כסלו, ה'תשכ"ח נדה ט, א
- תורת מנחם שיחת ש"פ ראה, אדר"ח אלול, ה'תשל"א נדה ט, א