160
איז אַ איד האָט גיהערט אַזאַ מאמר האָט ער געוואוסט אַז עס איז דאָ אַזעלכע וואָס פון דרויסן וואַייזן זיי אויס גאַנץ פרום און זיינען בעלי תורה און ריידן גוטע רייד און שטעלן דאָס איין אין קלוגע ווערטער זיי זאָגן אַז זיי מיינען נאָר די טובה פון די קינדער, אַז זיי זאָלן קאָנען בעסער, און עס זאָל זיי זיין גרינגער, זאָל מען לערנען באַ אידן להבדיל ווי מיא לערנט באַ אַלע פעלקער, וואָס דאַרף מען לערנען קמץ אלף וכו' ווי פאַרצייטיקע אידן האָבן גילערנט. מיט די גוטע רייד ווילן זיי, ח"ו וח"ו עוקר מן השרש זיין הי' לא תהי' די מנהגים פון די פאַרצייטיקע אידן, מיא האָט זיך גיגעבן אַ נאָמען מ'51.
עס איז פאַראַן אַ מדינה, וואָס איך האָב גיזעהען און גוט ב"ה דורך גיזעהען אָבער באמת גוט דורך גיזעהען אין אַלע זייערע ענינים און זיי הייסן אויך מיט דעם נאָמען52, אָבער יענע זיינען באמת ירא שמים'ס ווילן טאַקע אַז מיא זאָל מקיים זיין תורה ומצות ווי אַמאָל איז גיווען, און דאָרטן איז דער נאָמען מער ניט ווי אַ צוגיקלעפּטער, אָדער דער נאָמען איז אַ נאָמען אָבער די וואָס טראָגן דעם נאָמען זיינען ירא שמים'ס באמת זיי וואָלטן זייער געוואָלט אַז עס זאָל זיין באַ זיי אין דער מדינה חדרים און ישיבות ווי עס איז גיווען אין דער אַלטער היים זעהענדיק בדרך כלל און בדרך פּרט אין פאַרשיידענע שטעט און פאַרשיידענע סוגי בני אדם, מאַכט אַזאַ גוטן רושם, ווי אַלע אָהן אונטערשייד זיינען אַזוי צו גיטראָגן צו דער אַלטער היים באַ זיי איז פאַרקריצט אין האַרצן און אין גידענקען די קליינע שטעטלעך מיט די אַלטע זיידעס ווי זיי זיינען גיגאַנגען פאַר טאָג און בין מנחה למעריב אין בית מדרש, דער חדר מיט די פאַרצייטיקע מלמדים יעדערער שטאָלצירט מיט זיין עיר מולדת, מיט די אַלטע בעלי שם'דיקע רבנים און מלמדים, חדרים און ישיבות, און זיי איז דער גידענקען פון דער אַלטער היים מיט דעם פאַרצייטיקן אמת גרונטיקן און תמימותדיקן יראת שמים, זייער טייער, און דערציילן דאָס און ריידן אין דעם מיט אַ גיוויסער התלהבות, מיא זעהט אַז באַ זיי לעבט דאָס טיף אין האַרצן מיט אַ גרויסן דרך ארץ והדרת הקדש. אַזעלכע זאַכן זעהט מען אפילו באַ גאָר גאָר פאַרשטייבטע מענטשן, וואָס זיינען פאַרשטייבט מיט דעם פּיל פון לעבן. אַז איך דערמאָן זיך איצטער אויף די פערשיידענע פעהל פון אַזעלכע זאַכן וואָס איך האָב גיזעהען מאַכט דאָס אַ שמחה בלבבי.
אָבער אין די מדינות איז דער נאָמען גאָר אַ אַנדער זאַך, דאָס זיינען די פון וועמען מיא דאַרף זיך היטן און מורא האָבן פאַר זיי, עס וואָלט גיווען אַפולע בעסער פאַר דעם כלל ישראל אַז זיי זאָלן ניט האָבן אַזאַ אויסזען.
פון דעם וואָס שטייט גדול זכות פון מזכי הרבים53 פון דעם קאָן מען פאַרשטיין דעם פאַרקערט, עס שטייט54 יתמו חטאים מן הארץ עס זאָל זיך אויסלאָזן זינד פון דער ערד און די זינדיקע זאָלן תשובה טאָן.
אידן דאַרפן וויסן אַז מיא דאַרף אַנטלויפן פון די חדרים וואָס זיי מאַכן
הערות
- 51. אולי הכוונה למשכילים.
- 52. אולי הכוונה למשכילי יהודי אשכנז.
- 53. ראה אבות פ"ה מי"ח. יומא פז, א.
- 54. תהלים קד, לה. וראה ברכות י, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 15 עמודים.
- אגרות קודש ב'תקב יומא פז, ב
- לקוטי שיחות 400 יומא פז, ב
- לקוטי שיחות 17 יומא פז, א
- לקוטי שיחות 4 יומא פז, א
- לקוטי שיחות 12 יומא פז, ב
- לקוטי שיחות 193 יומא פז, ב
- לקוטי שיחות 167 יומא פז, ב
- לקוטי שיחות 128 יומא פז, א
- לקוטי שיחות 523 יומא פז, ב
- תורת מנחם בס"ד. שיחת אור ליום ג' דחול המועד סוכות, י"ט תשרי יומא פז, ב
- תורת מנחם בס"ד. שיחת חג הפורים, ה'תשכ"ב יומא פז, א
- שולחן ערוך א יומא פז, ב
- רשימות כח יומא פז, ב
- תורת מנחם יום שמחת תורה, ה'תשל"ג יומא פז, ב
- תורת מנחם שיחת ש"פ חיי שרה, מבה"ח כסלו, ה'תשל"ג יומא פז, א