ספרי כ"ק אדמו"רלקוטי שיחותכרך לטמכתבים כלליים לראש השנהמכתבים כלליים מכ"ק אדמו"ר שליט"א 460

460

צום נברא ווירקט און ברענגט דעם נברא צו דער טיפער אַנערקענונג און געפיל, אַז אַלץ און אַלע זיינען אינגאַנצן אָפּהענגיק אין דעם שטענדיקן חסד פון דעם אויבערשטן, און דאָס ווידער ברענגט אים אויך צו שטענדיקער און פולקאָמער איבערגעגעבנקייט צום בורא עולם, ער זאָל דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס רצון און כוונה און אין דער פולער מאָס.

און דאָס איז דער ענגער פאַרבונד צווישן ח"י אלול, אַלס יום הולדת פון די "שני המאורות הגדולים", מיטן חשבוןהנפש און דער ספּעציעלער הכנה צו ראש השנה וואָס הויבט זיך אָן פון ח"י אלול: דורך אַריינטראַכטן זיך גוט אין דעם וואָס די "שני המאורות הגדולים" לערנען אונז, קומטצו אַ גרויסע ליכטיקייט און לעבעדיקייט אין דער עבודה פון "אני לדודי ודודי לי" — די פנימיות'דיקע איבערגעגעבנקייט פון דעם אידן ("אני") צום אויבערשטן ("דודי"), און פון אויבערשטן ("דודי") צום אידן ("לי").

* * *

דער אויבנדערמאָנטער ענין — די אַנערקענונג אַז יעדע באַשעפעניש איז שטענדיק אָפּהענגיק אין די חסדי השם — איז אַן עיקר אינהאַלט פון מצות ביכורים, מיט וועלכער אונזער פרשה תבוא אל הארץ הויבט זיך אָן (וואו די מצוה פון ביכורים און הבאת ביכורים ווערט אַרויסגעבראַכט מיט אַן אריכות334): מ'זעט ווי אַ איד ברענגט און גיט אַוועק דעם אויבערשטן מראשית כל פרי האדמה335, פון זיינע ערשטע336 און בעסטע337 פרוכטגערעטעניש, און דאַנקט דעם אויבערשטן פאַר די פירות מיט וועלכע דער אויבערשטער האָט אים געבענטשט — און דערביי זאָגט ער הויך338 און קלאָר און מיט שמחה339 — "וענית ואמרת340" — זיין הכרה אין "חסדי המקום341" (אין אַלגעמיין), ווי דערמאָנט אויספירלעך אין דער פרשה.

און לויט דער אויבנדערמאָנטער תורה פון בעלשםטוב, אַז דער קיום פון אַ באַשאַפענעם וועזן איז אַ שטענדיקער חסד וואָס דער אויבערשטער טוט בכל רגע

הערות

  1. 334. וואו די מצוה פון ביכורים. . ווערט אַרויסגעבראַכט מיט אַן אריכות : משא"כ בפ' משפטים (כג, יט) ובפ' תשא (לד, כו) שם נאמר בקיצור.
  2. 335. מראשית כל פרי האדמה : תבוא כו, ב.
  3. 336. זיינע ערשטע : תבוא שם. ביכורים פ"ג מ"א. פרש"י עה"פ משפטים ותבוא שם. רמב"ם הל' ביכורים פ"ב הי"ט.
  4. 337. און בעסטע : ביכורים פ"א מ"ג. רמב"ם שם ה"ג.
  5. 338. הויך : פרש"י עה"פ תבוא שם, ה (מסוטה לב, ב).
  6. 339. און מיט שמחה : ספרי ופרש"י עה"פ שם, יא. פסחים לו, ב. רמב"ם שם פ"ד הי"ג. וראה או"ת להה"מ ר"פ תבוא (נו, ג).
  7. 340. וענית ואמרת : תבוא שם, ה.
  8. 341. חסדי המקום : לשון רש"י עה"פ שם.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 16 עמודים.

  1. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ב' דחג השבועות ה'תשי"ז. פסחים לו, ב
  2. מאמרי אדה"ז נה פסחים לו, א
  3. נר מצוה ותורה אור יח, א פסחים לו, א
  4. שולחן ערוך כ פסחים לו, א
  5. שולחן ערוך מד פסחים לו, א
  6. שוע"ר עם ביאור דברי שלום תעג דיני כוס ראשון וסדר הפסח עד כוס שני פסחים לו, א
  7. לקוטי שיחות 40 מאותו ספר סוטה לב, סע"א
  8. שולחן ערוך ב סוטה לב, א
  9. שולחן ערוך ב סוטה לב , ב
  10. שולחן ערוך ה סוטה לב, א
  11. שולחן ערוך א סוטה לב , א
  12. שולחן ערוך ד סוטה לב, א
  13. שולחן ערוך ג סוטה לב, א
  14. אגרות קודש אגרת מח סוטה לב, ב
  15. שוע"ר עם ביאור דברי שלום תפד מי שרוצה לעשות הסדר בהרבה בתים סוטה לב, א
  16. שוע"ר עם ביאור דברי שלום סב דין מי שלא דקדק בקריאת שמע או לא השמיע לאזנו סוטה לב, א