ספרי כ"ק אדמו"ראגרות קודשכרך טב'תתסד

ב'תתסד

ב'תתסד

ב"ה, ח"י מנחם אב, ה'תשי"ד

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריוו פון יו"ד מנ"א, וואונדערט מיר אויף אייך וואס איר שרייבט אז דער חילוק פון פאראיארן ביז דעם יאר איז חוץ מדרך הטבע ועל פי סגנון המכתב מיינט איר ניט אין דער זייט פון טוב.

לויט מיין מיינונג, אויב איר וועט זיך דערמאנען בהנוגע צו געזונט און נעמען אין אכט וואס אייער פרוי תחי' ערווארט בשעה טובה ומוצלחת, איז דאך א דבר ברור אז עס איז חוץ מדרך הטבע ת"ל אבער בצד הטוב.

און דאס וואס אויף א קורצע וויילע ווערט ווייניקער אין די סכומים וואס ליגן אין באנק אויף דער קאנטא, איז דאך דאס ניט א חסרון בענינים בפועל, ווער רעדט נאך בעניני בני חיי ומזוני.

וידוע מאמר רז"ל (סוטה מח:), אז דער וואס האט אויף דער הוצאה פון טאג און דאגה'ט פאר מארגען הרי זה מקטני אמנה, איז אז מען איז ב"ה פארזארגט במזומן ניט נאר פאר דעם טאג נאר אויף דעם חודש אויך, ווער רעדט נאך אויף עטלעכע יאר, נאר מען דאגה'ט וואס וועט זיין אין מערערע יארן ארום, און ווען דער דעפאזיט אין באנק ווערט קלענער ווערט די דאגה גרעסער אלץ אויף מערער יארן ארום, און מען פארגעסט בשעת מעשה - אז דאס האט ניט א ערך און איז ניט פון דעם סוג פון הטבת מצב הבריאות ומילוי משאלות לבבם לטוב, איז דאס גאר א געוואלדיקער העלם והסתר.

זעלבסטפארשטענדלעך מיין איך דא ניט דעם ענין פון מוסר זאגן, ס'איז נאר א שאד און צער ווען א איד וואס האט מיט וואס צו זיין בשמחה ניט נאר בענינים רוחניים נאר אפילו בענינים גשמיים, דאס הייסט אז די שמחה איז דאן ניט נאר פון דער נשמה נאר אויך פון דעם גוף, סיי פון נפש האלקית סיי פון נפש הבהמית - איז תמורת זה [איז ער] פארזארגט און איז זיך מצטער וואס וועט טאן דער הזן ומפרנס לכל בחסד וברחמים אין עטלעכע יאר ארום בהנוגע לפרנסתו ופרנסת בני ביתו.

אזוי ווי מיר געפינען זיך שוין אין די פריילעכע טעג, און לויט דעם אויסדרוק פון זהר (יתרו עח, ע"ב) אז פון עשירי באב עשו אתאבד ולא אשתכח, אזוי זאלן אויך גיין פארלארן און זיך ניט אויפזוכן די אלע העלמות ופתויים וואס קומען פון עשו'ס זייט, וואס דאן וועט מקויים ווערן בכל לבבך, בלבב שלם, מיט צוויי ב', עבדו את ה' בשמחה.

בברכה.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 18 עמודים.

  1. לקוטי שיחות 157 סוטה מח, ב
  2. לקוטי שיחות 159 סוטה מח, א
  3. לקוטי שיחות 160 סוטה מח, ב
  4. לקוטי שיחות 162 סוטה מח, ב
  5. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ קדושים, מבה"ח אייר, ה'תשי"ז. סוטה מח, א
  6. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ב' דחג השבועות ה'תשי"ז. סוטה מח, א
  7. תורת מנחם בס"ד. ש"פ פינחס, מבה"ח מנחם-אב, ה'תשח"י סוטה מח, ב
  8. תורת מנחם בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח, ה'תש"כ. סוטה מח, א
  9. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ד' פ' בשלח, יו"ד שבט, ה'תשכ"ה סוטה מח, סע"א
  10. תורת שמואל קד סוטה מח, ב
  11. תורת שמואל שעב סוטה מח, ריש ע"ב
  12. תורת חיים לט, ב סוטה מח, א
  13. תורת חיים צח, ב סוטה מח, ב
  14. תורת חיים קיד, ג סוטה מח, ב
  15. תורת חיים שג, ב סוטה מח, ב
  16. נר מצוה ותורה אור ז, א סוטה מח, ב
  17. תורת מנחם ליל ב' דחג הפסח, ה'תשכ"ח סוטה מח, ב
  18. תורת מנחם פורים, ה'תשכ"ט סוטה מח, א