274

האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיועהן נזהר עפּעס ריידין אַ חוץ גאָר דריגענדע זאַכין8, אויך דאָס פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר זאָגין זייער קורץ און בשפה רכה.

ווי אין דער רוב מצות איז פאַראַן עשה ולא תעשה, איז באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיועהן אין דעם ענין פון התחלת הדיבור אין דער התחלה פון שנה. די עשה איז גיוען אָנהייבען דעם דיבור פון יאָהר מיט דעם דיבור פון חסידות7, און דער לא תעשה איז די זהירות אין גאָרנישט ריידין אין ענינים וואָס זיינען בלתי נצרכים ביותר.

ד. די פתיחת הדיבור אין אַ חב"ד חסידות'ר התועדות פאַרבריינגען בעדאַרף זיין אין און מיט אַ חב"ד חסידות תורה און עבודה וואָרט.

דער נושא ותוכן פון דעם ריידין דעם עבודה וואָרט, ניט נאָהר סתם גירעהט, אָדער געוואונשען זיך. עס איז דאָ אַ שיטה פון רעדען, צי יע טאָן אָדער ניט טאָן, מ'רעדט. עס איז דאָ אַ שיטה פון ווינשען זיך, צי ער איז יע ווערט אָדער ניט ווערט, — ער איז דאָך דאָ און די זאַך איז אויך דאָ, ווינשט ער זיך. וואָס באמת דאַרף זיין אַזוי, ווייל דער וועל פון אַ אידען נעמט זיך פון נשמה און נשמה קען צוקומען צו די העכסטע מדריגות. דער רבי — אדמו"ר הזקן — האָט אויפגעטאָן, אַז עס דאַרף זיין אַ כלי, וואָס אַ כלי האָט אַ תוך9. אַ גרויסע שיסעל איז ניט די גרויסקייט אין די חיצוניות הכלי, נאָר אין דעם תוך, — אַ גרייסער תוך.

אַה, אין חב"ד איז יעדער ענין מיט אַ מדידה עצמית און מדידה פנימית.

דער צירוף פון אַלטען רבין און דער בעש"ט איז, — דער בעש"ט האָט אויפגעטאָן, אַז יעדער דבר פעוט און יעדער דבר קטן איז דאָס אַ הוראה אויף אלקות, דער אַלטער רבי האָט אַריינגישטעלט דורך תורת חסידות חב"ד ווי יעדער תנועה קטנה אין און דורך עבודת החסידות איז אַ שליבה אין דעם סולם העלי' עד רום המעלות.

ה. יחזקאל הנביא איז גיועהן אַ גלות נביא, ווי חז"ל זאָגין10 אויף דעם פסוק הי'ה הי' דבר ה' וגו'11. יחזקאל האָט מגלה און ממשיך [גיועהן] גילוי אלקות אין גלות, ער האָט די גלות פאַרשקלאַפטע אונד עניות אויסגעמאַטערטע ערקלערט די טיפסטע עניני אלקות פון מעשה מרכבה.

ו. דער טאַטע, איז אונזער חסידי חב"ד'ישר יחזקאל הנביא. מיט זאיינע מאמרי חסידות איז ער מגלה מיט השכלה ביאורים מעשה מרכבה אונד מעשה בראשית, מיט די קונטרסי עבודה און שיחות ערמעגליכט ער אַז יעדער איינער ווי קליין אין ידיעה והשגה ער זאָל ניט זיין, זאָהל ער לפי ערכו קאָהנען שטאַייגין אויף די שליבות פון דעם סולם העלי'.

ז. עס איז אַ סדר מסודר באַ נשיאי חב"ד אין סדר הנהגה פון ערב ר"ה, אַז

הערות

  1. 8. ראה ספר השיחות תש"ד ע' 3 ע"ד הנהגת כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע: "פון שנת תרל"ה האָט ער אויף זיך מקבל געווען ניט צו רעדען דעם ערשטען טאָג ר"ה ביז נאָכ'ן מאמר — שהי' בליל ב' דר"ה — דאָס איז געווען אַ ענין פרטי, נאָכדעם אַז ער האָט אויף זיך מקבל געווען די נשיאות פלעגט ער זיך אויך אַזוי פירען. דעם צווייטן טאָג ר"ה פלעגט ער שוין יאָ רעדן, אָבער זייער ווייניק, עס איז נאָר געווען אַראָפּ דער ניט". וראה גם שיחת ליל א' דר"ה תש"ח (לעיל ע' 159).
  2. 7. ראה גם שיחת ליל ב' דר"ה תש"ח (לעיל ע' 160).
  3. 9. ראה שיחת יום ב' דר"ה שנה זו (לקמן ע' 276).
  4. 10. ראה מו"ק כה, א.
  5. 11. יחזקאל א, ג.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 14 עמודים.

  1. אגרות קודש קצט מו"ק כה, א
  2. לקוטי שיחות 180 מו"ק כה, א
  3. לקוטי שיחות 182 מו"ק כה, א
  4. לקוטי שיחות 222 מו"ק כה, א
  5. לקוטי שיחות 459 מועד קטן כה, א
  6. לקוטי שיחות 411 מו"ק כה, א
  7. לקוטי שיחות 515 מו"ק כה, א
  8. לקוטי שיחות 257 מו"ק כה, א
  9. לקוטי שיחות 141 מו"ק כה, א
  10. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ לך-לך, יו"ד מר-חשון ה'תשי"א* מו"ק כה, א
  11. תורת חיים קלט, א מועד קטן כה, א
  12. תורת מנחם ש"פ וישלח, י"ט כסלו, ה'תש"ל מו"ק כה, א
  13. תורת מנחם מוצש"ק פ' וישלח, י"ט כסלו, ה'תש"ל מו"ק כה, א
  14. שוע"ר עם ביאור דברי שלום כז דין מקום הנחתן ואופן הנחתן מו"ק כה, א