ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"חב, י"ב תמוז, ה'תש"ח245

245

כ. הגאון הצדיק ר' פנחס, בן הגאון ר' הענעך שיק, — הנקרא ר' פנחס רייזעס33 — האָט דערציילט מיט גרויס התפעלות, וועגן אַ תורה וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געזאָגט אין דעם גרויסן ממעמקים ביתהמדרש אין שקלאָוו, לויט דער בקשה פון די גדולי הגאונים, נאָך דעם גאונ'ישלומד'ישן פלפול.

די תורה האָט רבינו הזקן געזאָגט אויף דער גאַס און געזאָגט אין אידיש מיט אַ קול אדיר אַז יעדער וואָרט האָט מען קלאָר געהערט. דער שולהויף פון גרויסן בית מדרש איז געווען פול מיט מענטשן און עס איז געווען שטיל אַז מען האָט געקענט הערן דעם צפצוף פון די קליינע פייגעלעך.

כא. תורה שני':

כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם34, דער וואָס דערציילט אַ זאַך און דערביי דערמאָנט ער דעם וואָס האָט אָט דעם דבר געזאָגט, ווי מיר טרעפן אָפט באַ די חז"ל אַז ר' פלוני האָט געזאָגט בשם ר' פלוני, און אָפט טרעפט נאָך אַז באַ דער מסירת המימרא איז נאָך אָפּגעהיט געוואָרען אַ איכא דאמרי, איז מיט דעם וואָס מען דערמאָנט דעם נאָמען פון דעם וואָס האָט עס געזאָגט איז דורכדעם בריינגט מען אַ גאולה לעולם. אין פלוג וואָס איז די רבותא, פאַרוואָס איז אַזוי גרויס וואָס מען זאָגט בשם אומרו אַז דער שכר דערפאַר איז וואָס מען בריינגט אַ גאולה לעולם, און וואָס איז דער ענין וואָס דער עולם בעדאַרף האָבן אַ גאולה, ווי דען זאָל מען זאָגען ניט בשם אומרו איז דאָך דאָס אַ שקר. אַ גראָבער ליגנער איז מורגל צו זאָגען איך זאָג; דער וואָס איז ניט אַזוי גראָב זאָגטניט אַז ער זאָגטדאָס נאָר זאָגט סתם, נאָר לבסוף לאָזט ער אויס אַזוי אַז די צוהערער זאָלן מיינען און פאַרשטיין פון זיין אויסשפּראַך אַז ער האָט דאָס געזאָגט מעצמו, און אַזוי זיינען פאַראַן כמה אופני אויסשפּראַכן. היינט וואָס איז די רבותא אַז מען זאָגט בשם אומרו און דאָס איז נאָך אַזוי גרויס אַז דער שכר פאַר דעם איז אַז מען איז מביא גאולה לעולם. וואָס פון דעם איז צו פאַרשטיין אַז עולם מוז האָבן אַ גאולה און ער בריינגט די גאולה, ווי עס שטייט35 גאולה תתנו לארץ, ארץ וואָס דאָס איז עולם מוז האָבן גאולה. האָט דער רבי געזאָגט בשם מורו הבעש"ט גאולה בגימטריא מ"ה, און דאָס איז וואָס מביא גאולה לעולם, וואָס בחכמה אתברירו36. עולם איז העלם37. מביא גאולה לעולם דעם גילוי ההעלם. היינו דעם גילוי העלם העצמי.

כב. הגאון ר' חנוך הענעך שיק איז געווען אַ בעל חושים נפלאים, און ער האָט זיך באַרימט באספת הגאונים בזמני הירידים אַז אויף בנו הגאון ר' פנחס קען מען זאָגען די מעלות וואָס די משנה38 זאָגט וועמען מען קען מגלה זיין רזי תורה, חכם ומבין מדעתו — חב"ד. הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק האָט אויף

הערות

  1. 33. [ראה אודותו לעיל ע' 4. וש"נ.
  2. 34. אבות פ"ו, ו.
  3. 35. בהר כה, כד.
  4. 36. תניא אגה"ק סו"ס כח (קמח, א) — בשם הזוהר. — ראה זח"ב (היכלות) רנד, סע"ב. עץ חיים שער יח (שער רפ"ח ניצוצין) פ"ה.
  5. 37. ראה לקו"ת שלח לז, ד. ובכ"מ.
  6. 38. חגיגה יא, ב.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 18 עמודים.

  1. לקוטי שיחות 171 חגיגה יא, ב ואילך
  2. לקוטי שיחות 19 חגיגה יא, ב
  3. לקוטי שיחות 24 חגיגה יא, ב
  4. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ג', י"ח תשרי, ב' דחוה"מ סוכות ה'תשי"ג. חגיגה יא, ב
  5. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח וער"ח מרחשון ה'תשי"ג. חגיגה יא, א
  6. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ וישב, כ"א כסלו ה'תשי"ד. חגיגה יא, ב
  7. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ חיי שרה, מבה"ח כסלו, ה'תשט"ז. חגיגה יא, ב
  8. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ תזריע, פרשת החודש, ר"ח ניסן, ה'תשכ"ה חגיגה יא, ב
  9. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ וישב, נר הראשון ושבת חנוכה, מבה"ח טבת, ה'תשכ"ג חגיגה יא, ב
  10. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ בראשית, מבה"ח מרחשון, ה'תשכ"ז חגיגה יא, ב
  11. תורת מנחם בס"ד. ש"פ במדבר, מבה"ח סיון, ה'תשכ"ז חגיגה יא, ב
  12. תורת חיים רטו, א חגיגה יא, ב
  13. תורת חיים קג, א חגיגה יא, ב
  14. שולחן ערוך ה חגיגה יא, ב
  15. שוע"ר עם ביאור דברי שלום תצד סדר תפלת חג השבועות חגיגה יא, ב
  16. שוע"ר עם ביאור דברי שלום רפד דין ההפטרה וברכותיה חגיגה יא, ב
  17. שוע"ר עם ביאור דברי שלום שמט דין ארבע אמות ברשות הרבים חגיגה יא, א
  18. תורת מנחם י"ב תמוז, ה'תש"ל חגיגה יא, סע"ב