176
הרה"ג החסיד. . . האָט אַמאָל געפרעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, פאַרוואָס ער וואַשט זיך נט"י לסעודה דריי מאָל אויף יעדע האַנט, איז דאָס נאָר אַ מנהג?
האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט: דער מקור הדין געדענק איך ניט, נאָר אַז איך טו אַזוי בין איך זיכער אַז דאָס איז אַ הלכה, ווייל ווען איך האָב — פאַר מיין בר מצוה — געלערנט שו"ע או"ח האָב איך אויסמושטירט מיין גוף אַז יעדער אבר זאָל טאָן דאָס וואָס איז נוגע צו אים עפ"י הלכה12.
נאָכדעם האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געוויזן אַ ב"י אין טור יו"ד הלכות מליחה13, וועגען הדחת הבשר ג' פעמים אחר מליחה וכן לנטילת ידים.
י. הרב"ג14 אמר לחיים והזכיר את אנ"ש והתמימים שבפּאַריז, ואמר כ"ק אד"ש: עס איז קבוע בלב [והראה בידו הקדושה על לבו].
אח"כ נתן כוס משקה לרב"ג ואמר: גיב זיי איבער אַ פנימיות'דיגן גערוס און אַ פנימיות'דיקע ברכה.
יא. מען האָט אַמאָל גערעדט, אַז דער הפרש פון אַ עצמי און אַ פנימי איז, וואָס אַ עצמי איז מרחיב די כלי המקבל און אַ פנימי איז מכניס אור אין מקבל.
הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, מיט זיין פאַרבריינגען שמח"ת פאַר הקפות, האָט געעפנט ביי יעדערן די פנימיות דפנימיות פון זיינע עצמיות; נאָר מען האָט דאָס ניט געדאַרפט פאַרשלאָפן15.
הערט תמימים! אָט דאָס וואָס מען גיט אייך יעצט, זאָלט איר דאָס ניט פאַרשלאָפן און עס זאָל ניט זיין אין דעם קיין סתימה, מיט אַ טרער אָדער אַ טאַנץ יעצט קען מען אַ פולע נעמען.
יב. שמח"ת איז ווייניג גערעדט, גוט געטראַכט.
יג. אין קדושה אין גורעין אלא מוסיפין.
יד. לחיים, אָט דאָס וואָס דער אויבערשטער גיט אידן זאָל זיי דאָס אָנקומען.
דער אויבערשטער גיט אידן אַ סאַך, דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז עס זאָלן ניט זיין קיין מניעות ועיכובים, עס גייט דאָך פון זייער ווייט און עס זיינען דאָ אויפ'ן וועג אַ סאַך פאראגעס, אָבער אַז עס גייט מיט אַ תוקף ברעכט דאָס דורך אַלץ.
הערות
- 12. ראה ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת שם. וש"נ.
- 13. סימן סט קרוב לתחילתו ד"ה ואחר ששהה — מהגהות אשרי חולין קיג, א: "דמדיחין אותו ג' פעמים. . וכה"ג אומר ריב"א גבי נטילת ידים". הובא ב"היום יום" שם.
- 14. הרב בנימין אליהו גאָראָדעצקי, בא כח רבינו באירופה.
- 15. בנו"א: אַז מען איז געווען ביים טאַטן שמע"צ האָט מען געזען אַ גילוי עצמי. נאָכהער האָט מען געדאַרפט טאָן אויף צו ניט פאַרלירן דאָס.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 13 עמודים.
- אגרות קודש ד'תרנח חולין קיג, ב
- תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ אחרי, שבת הגדול, י"ב ניסן, ה'תשכ"ז חולין קיג, סע"א
- תורת שמואל קלה חולין קיג, א
- תורת שמואל רפד חולין קיג, א
- תורת שמואל תקי חולין קיג, א
- שולחן ערוך כו חולין קיג, א
- שולחן ערוך נו חולין קיג, א
- שארית יהודה (א) בבית חולין קיג, א
- שיעורי הלכה למעשה הלכות מליחה חולין קיג, א
- שוע"ר עם ביאור דברי שלום תמז דין תערובות חמץ בתוך הפסח חולין קיג, א
- משולחן הארי שם סכ"ו חולין קיג, א
- תורת מנחם שיחת ש"פ בלק, י"ז תמוז (נדחה), ה'תשכ"ח חולין קיג, סע"ב
- תורת מנחם שיחת ש"פ משפטים, בדר"ח אדר ראשון, ה'תש"ל חולין קיג, סע"א ואילך