ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות — תש"ושיחות חג הפסח 40

40

ליל אחרון של פסח תש"ו בסעודה

א. אַז דער אַלטער רבי איז געקומען דעם ערשטן מאָל אין וויטעפּסק פון מעזריטש, האָט ער דערציילט1 וואָס ער האָט געהערט פון מעזריטשער מגיד, אַז ביי דעם בעש"ט האָט די מסכת אהבת ישראל געהאַלטן כמה מאות פרקים. ביי אברהם אבינו האָט די מסכת ע"ז געהאַלטן ד' מאות פרקי2, און ביי דעם בעש"ט האָט די מסכת אהבת ישראל געהאַלטען כמה מאות פרקים. אברהם אבינו האָט מנחיל געווען צו אידן אהבת המקום — אהבת השי"ת, און דער בעש"ט האָט מנחיל געווען צו אידן אהבת ישראל, ליב האָבען אַ אידן ווייל ער איז אַ איד3. אַז אַ איד געפינט זיך בקצה העולם4, וועמען ער קאָן גאָר ניט5, נאָר דער אויבערשטער ווייסט פון אים און ער ווייסט פון אויבערשטן — דאַרף מען אים ליב האָבן.

דעם וואָרט האָט מען גערעדט פסח ת"ש6 און מען האָט דאַמאָלסט געזאָגט אַז ביי דעם בעש"ט האָבען אייז"ליכטלעך" אויך געברענט און היינט זיינען אויסמושטירטע חסידים קאַלט און פינסטער.

די מעשה מיט די אייז"ליכטלעך" איז אַזוי, דער בעש"ט האָט זייער ליב געהאַט ליכטיגקייט, דער בעש"ט האָט ליב געהאַט ליכטיג און וואַרעם, אפילו זומער פלעגט ער הייסען הייצען דעם אויווען, עס זאָל זיין וואַרעמער און נאָך וואַרעמער, און האָט זייער ליב געהאַט ס'זאָל זיין ליכטיג.

— אַמאָל פלעגט מען ברענען חלב'נע ליכטלעך, וואָס דאָס איז געווען אַ עשירות, און עס איז געווען אַזעלכע "סטאַציקעס" פון געפלאָכטענע וואַקסענע ליכטלעך וואָס דאָס איז געווען נאָר ביי עשירים —

איינמאָל זיינען די תלמידים געזעסען אין ביהמ"ד און געוואַרט אויף דעם בעש"ט, וועלכער האָט געדאַרפט באַלד אַריינקומען, אָבער זיי זיינען געווען זייער פאַר'דאגה'ט וואָס זיי האָבן ניט קיין "סטאַציקעס" אָנצוצינדען, אין גאַס איז געווען אַ גרויסער וויוג (זאַווירוכע) און מען האָט ניט געקענט קריגען קיין ליכט.

די תלמידים האָבען געוואָלט פאַר'משכנ'ען זייערע קאַפּאָטעס אָבער מ'האָט ניט געקענט קריגען קיין ליכט, והי' הדבר לפלא גדול אצל התלמידים. דערווייל איז דער בעש"ט אַריינגעגאַנגען, האָבען די תלמידים אים דערציילט אַז מען קריגט ניט קיין ליכט, ואמר הבעש"ט: אָבער ליכטיג דאַרף דאָך זיין. וציוה הבעש"ט להתלמידים, אַז מען זאָל אָפּהאַקען פון דאַך די אַייז"ליכטלעך" וואָס היינגט נאָך און מ'זאָל דאָס אָנצינ

הערות

  1. 1. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  2. 2. עבודה זרה יד, ב.
  3. 3. ראה שיחת יום ב' דחג השבועות שנה זו. פורים תש"ז. רשימה ש"פ נצבים תש"ז. ט"ז אד"ר תש"ח. יו"ד שבט תש"ט (לקמן ע' 49. ע' 100. ע' 151. ע' 185. ע' 300). אגרות-קודש ח"ט ע' קסא. ע' קסה. ע' רטז. ע' שכט. ספר השיחות תש"א ע' 93. תש"ג ע' 12. תש"ה ע' 117 ואילך.
  4. 4. ראה לקו"ש ח"א ע' 201.
  5. 5. ראה שיחת י"ט כסלו תש"ז סט"ז (לקמן ע' 96). אגרות-קודש ח"ה ע' פט (הועתק ב"היום יום" טו כסלו). לקו"ש שם.
  6. 6. ראה שיחת ש"פ תבא, ח"י אלול, ה'ש"ת (ספר השיחות קיץ ה'ש"ת ע' 174). לקו"ש חט"ו ע' 384.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 9 עמודים.

  1. תורת שמואל תרמב ע"ז יד, ב
  2. תורת שמואל תתיב ע"ז יד, ב
  3. תורת חיים ער, ג ע"ז יד, ב
  4. תורת חיים פח, א ע"ז יד, ב
  5. שולחן ערוך ב ע"ז יד, א
  6. שוע"ר עם ביאור דברי שלום שה במה בהמה יוצאת בשבת ע"ז יד, א
  7. תורת מנחם שיחת יום ב' דחג השבועות, ה'תשכ"ט ע"ז יד, ב
  8. תורת מנחם שיחת מוצש"ק פ' וישלח, י"ט כסלו, ה'תש"ל ע"ז יד, ב
  9. שוע"ר עם ביאור דברי שלום תרה מנהג כפרות בערב יום כיפור ע"ז יד, א