227
אַרויס פון וואַנען איך בין, און שטעלט מיך אַוועק דאָרטן וואו איך דאַרף זיין.
עס איז ניט מער ווי קלות הדעת, וואָס מען הערט אַליין ניט וואָס מען רעדט. עס איז דאָך ניט בעסער ווי אין דאַוונען, מען דאַוונט און מען הערט ניט וואָס מען דאַוונט, מען לערנט חסידות און אין עניני עבודה און מען הערט ניט וואָס מען רעדט.
די העדרעבודה טויבקייט איז נאָר אין נפש רוח נשמה חי', אָבער אין יחידה דערהערט מען. מען דאַרף מאַכען לעכעלעך אויף צו דערהערן אין נרנ"ח אויך, עס איז ניט פאַרשטאָפּט נאָר פאַרמאַכט.
פאַראַן אויך אַזעלכע באַ וועמען עס איז ניט פאַרמאַכט נאָר פאַרשטאָפּט מיט פסולת און מען הערט ניט.
ו. עס טוט וויי דאָס וואָס חסידים טוען ניט אין עבודת התפלה. עס פעלט חלילה אינגאַנצען די חסידותחב"ד עבודת התפלה.
זיכער געדענקען די עלטערע תלמידי התמימים יחיו די דברי קודש הקדשים של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"ם זי"ע:
התחלת העבודה איז פון ק"ש שעל המטה. ווען מען לייענט קשעהמ"ט שלאָפט זיך אַנדערש און ווען מען שטייט אויף זאָגט מען מודה אני לפניך, מען בעטראַכט זיך ווער איז דער לפניך, און דאָס איז אַ התחלה טובה אויף דעם ענין פון עבודה.
אין עבודה הרוחנית איז ווען מען לייענט ניט ווי עס בעדאַרף צו זיין די ק"ש שעל המטה איז מען שטענדיק ווי אַ פאַרשלאָפענער. עס איז דאָ אַזאַ מחלה ר"ל וואָס מען גייט אום אין שלאָף, מען רעדט אין שלאָף, אַלעס איז אין שלאָף, אַזוי אויך דאָ, מען דאַוונט, מען לייגט תפלין אָבער שלאָפעדיק. שוין צייט מען זאָל זיך אויפכאַפּען.
ז. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געהאַט אַ קבלה — מהוד כ"ק אבותינו רבותינו הק' — אין געוויסע זמני התועדות ברבים צו זאָגן קורצע ווערטער. אַמאָל באַ אַ פאַרבריינגען האָט ער געזאָגט:
השמש יצא על הארץ15, ווען די זון שיינטאויף אַנטלויפן די מזיקים. די אַרבעט פון די מזיקים איז נאָר אין דער פינסטער16.
אַ צווייטען מאָל האָבען מיר דעם דאָזיקן וואָרט זוכה געווען צו הערען אין אַזאַ אויסשפּראַך:
השמש יצא על הארץ. ווען די זון פאַנגט אַן שיינען איז זי רויט פון בושה17, פאַר וועמען שיין איך, קיינער וויל מיך ניט, קיינער דאַרף מיך ניט.
אין דער איצטיקער צייט, אין דער פאַרקילטער עבודהלופט, איז זיך שווער פאָרצושטעלן דעם פנימיות'דיקן עבודהבאגער וואָס דאָס האָט פועל געווען אין עבודה בפועל.
ח. עס איז ניט ריכטיק וואָס די יונגע לייט זאָגען אַז עס איז פאַר זיי נאָך צו פרי צו טאָן אין עבודת התפלה.
מען בעדאַרף וויסן אַז דאָס איז אַלץ די אַרבעט פון דעם קלוגינקען, אויף אַלעס איז ער מסכים, אויף לערנען נגלה, אויף לערנען חסידות, אויף אַ
הערות
- 15. [ע"פ וירא יט, כג].
- 16. זע ירושלמי סוף פאה. ב"ק ס, ב. פסחים קיא, א. רשב"ם ד"ה בצלה. ועוד.
- 17. [ראה גם מדרש תהלים פי"ט, יא. ויק"ר פל"א, ט.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 10 עמודים.
- שולחן ערוך ה פסחים קיא, סע"ב
- שולחן ערוך ט פסחים קיא , א
- שוע"ר עם ביאור דברי שלום ד דיני נטילת ידים פסחים קיא, סע"ב
- תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ צו, שושן פורים, ה'תשי"ד. ב"ק ס, ב
- שולחן ערוך ב ב"ק דף ס , ב
- שולחן ערוך יג ב"ק ס , ב
- שו"ת סימן יד – ואשר ב"ק דף ס"
- אגרות קודש אגרת פ ב"ק ס,א
- אגרות קודש אגרת פט ב"ק ס, א
- שוע"ר עם ביאור דברי שלום הוספות ב"ק דף ס"