ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"חפורים תש"ח בסעודה188

188

פון די גרויסע פינסטערניש אין וועלט זעט מען אַז עס הויבט זיך אַן צו טאָגען — מיר זיינען ניט מגביל קיין זמן, און דער וואָס איז מגביל איז קלאָר אַז ער ווייסט ניט — און אין דער פינסטער זעט מען ניט ווי די בגדים זיינען איינגעשמירט, די שערות צופודעלט, פון מויל פיהלט זיך אַ ריח, די אויגן פאַרקלעפּטע, און אַלע אברים זיינען ניט ווי עס דאַרף צו זיין. אַמאָל נאָך חצות האָט מען זיך משמח געווען מיט אַ דבר תורה, און דאָס איז אַ הכנה צו דעם דאַוונען.

ד. ביי חסידים, האָבן זיך די נעמען ניט געביטן. עס איז היינט אויך דאָ די נעמען: משכיל, עובד; אָבער דער מהות איז אַ אַנדערער. פאַראַן אַ קליין מהות, און אַז ער איז זיך מתעסק אין דעם וואָס מען דאַרף טאָהן, איז "זה הקטן גדול יהי'". אָבער אַז עס איז גאָר קיין מהות ניט. . .

לערנען קאָן ער דאָך, דאַוונען פוילט מען זיך, און מען מאַכט זיך גרינג דעם לעבען.

ער רופט זיך אַ "משכיל", און ער איז לא ידע מאי קאמר, ניט נאָר ווייס ער ניט וואָס ער זאָגט, נאָר ער פאַרשטייט גאָרניט וואָס יענער זאָגט. ער האָט אַ כח הדיבור — לאפאטשעט ער. אַיי דער אַלטער רבי, דער צ"צ זאָגט ניט אַזוי, איז וואָס; דער אַלטער רבי זאָגט אין לקו"ת אַזוי און דער צ"צ אין הגה"ה זאָגט אַזוי — ער ווייס גאָרניט אַז עס איז אַ סתירה, ער זאָגט און ווייס אַליין ניט וואָס ער זאָגט; אָבער דאָס איז ניט אַזוי מזיק, און פאַר יענעם איז דאָס ניט אַזאַ היזק. משא"כ העדר העבודה, העדר מדות חסידות, ער איז מבזה תורת החסידות — "פוק חזי מאי עמא דבר"9, "דבר" (אויך) מלשון "דַבֵר" — "רעדן", וואָס עמא מדבר וועגן אים: ער איז אַ חסיד? דאָס איז מדת חסידות?

די נשמות פון די רביים ווי זיי זיינען העכער פאַר גופים וועלען זיך אַריינמישן, קענען זיי מאַכן אים פאַר אַ בעל מום אויף זיין גאַנצן לעבן. עס איז שווער צו ריידן אין היפך, נאָר מ'דאַרף ריידן אין טוב, וועט מען וויסן דעם לא טוב10.

ה. ווען איינער וויל טאָן דעם צווייטן אַ טובה וואָס דאָס איז שלא לפי ערכו הן מצד מצבו הגשמי. . . ער וויל אים טאָן די טובה מיט אַ אמת, העלפן אים די רביים צו זיך אויפהויבן למעלה ממדריגתו אַז עס זאָל אַראָפּקומן אין פועל.

ו. חסידים גייען לאט לאט, אַ טראָט נאָך אַ טראָט11 מיט אַ תוקף, דער חסרון איז וואָס מען בריינגט ניט אַראָפּ אין פועל, עס דאַרף זיין "טאָפּאָראַ דאַ פּלאַחאַ"12, מ'דאַרף זיך קענען אויף דעם קלוגינקען מיט אַלע זיינע חכמה'לעך: ער זאָגט צום מענטשן: איך האָב דיר געזאָגט פריער; עס איז אַזוי מצד המצב; ער איז ניט שולדיג; די אַלע תביעות איז מצד המצב. — אָבער מ'דאַרף אים קענען, חסידים חאַפּן דעם קלוגינקען ביים האַנט13, וידוע המעשה מיט ר' נחום

הערות

  1. 9. לשון חז"ל — ברכות מה, א. פסחים יד, ב. ובכ"מ.
  2. 10. ברשימה אחרת: איך וויל ניט ריידן אין דעם צד הלא טוב, איך וויל ריידן אין דעם צד הטוב.
  3. 11. ברשימה אחרת: ביי חסידים איז דער סדר לאט לאט, מ'חאַפּט ניט, אַז מ'חאַפּט — פאַרחליפּעט מען זיך, אַלס איז בסדר והדרגה.
  4. 12. {6} הקרדום (הגרזן) על העץ. — ראה לעיל ע' 26. וש"נ.
  5. 13. ברשימה אחרת: חסידות ווייסט אויף יעדערן ווי צו חאַפּן אים ביי דעם האַנט; ער איז אַ קלוגינקער, און דרייט זיך שטענדיק אַרויס. עס זשובעט, מאַכט אַ לאָך.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 19 עמודים.

  1. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ג' פ' וישב, י"ט כסלו ה'תשט"ו. פסחים יד, רע"ב
  2. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ ויקהל-פקודי, פ' החודש, מבה"ח ניסן, ה'תשט"ו. פסחים יד, רע"ב
  3. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ ויקהל-פקודי, פסחים יד, ריש ע"ב
  4. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ קדושים, מבה"ח אייר, ה'תשי"ז. פסחים יד, רע"ב
  5. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ה' פ' בלק, י"ב תמוז, ה'תשכ"ג פסחים יד, ריש ע"ב
  6. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ אחרי-קדושים, י"ג אייר*, ה'תשכ"ד פסחים יד, ריש ע"ב
  7. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ד' פ' עקב, כ"ף מנחם-אב, ה'תשכ"ד פסחים יד, ריש ע"ב
  8. תורת שמואל רעג פסחים יד, רע"ב
  9. תורת שמואל נ פסחים יד, ריש ע"ב
  10. תורת חיים תמט, ד פסחים יד, רע"ב
  11. שולחן ערוך ג פסחים יד, א
  12. אגרות קודש אגרת לו פסחים יד, א
  13. דובר שלום שכח ובירך ענט"י ב"ורחץ" פסחים יד, א
  14. שוע"ר עם ביאור דברי שלום תצח דין שחיטה ביום טוב פסחים יד, ב
  15. שוע"ר עם ביאור דברי שלום תקג שלא להכין מיום טוב לחבירו פסחים יד, ב
  16. שוע"ר עם ביאור דברי שלום תקכז דיני עירוב תבשילין פסחים יד, ב
  17. תורת מנחם שיחת ש"פ צו, פ' פרה, כ"ף אדר שני, ה'תש"ל פסחים יד, ריש ע"ב
  18. תורת מנחם שיחת יום ג', וא"ו תשרי, ה'תשל"א פסחים יד, ריש ע"ב
  19. תורת מנחם ש"פ תשא, פ' פרה, ח"י אדר, ה'תשל"ב פסחים יד, ב