121

דערפאַר ווערט ער אַזוי שטרענג באַשטראָפט?

נאָר דער וואָס לערנט דעם דין אין זיין מקור, בש"ס ופוסקים, זעהט ער128, אַז נישט פאַר דעם גרעסערן שטיק פלייש וואָס ער עסט אָדער פאַר דעם מעהרער ביסל וויין וואָס ער טרינקט, ווערט ער ביטער געשטראָפט. ניין, די שטראָף איז פאַר דעם וואָס ער לאָזט זיך אין דעם אַריין, פאַר דעם וואָס ער זוכט פאַרגעניגן נאָר אין דעם, פאַר דעם וואָס ער עפענט אַ טיהר צו טיפע פינסטערע אָפּגרונטען, פאַר דעם וואָס ער איז מחלל די שיינקייט פון מענטשהייט, פאַר דעם וואָס ענדליך וועט ער ווערען אַ גנב, אַ גזלן, אַ רוצח, און וועט נאָך מענטשן פאַרפיהרען.

מג. אַזוי איז דער דרך היצה"ר, ער נעמט אַריין דעם מענשען אין זיין רשות, דורך תאוות היתר, דאָס הייסט וואָס ער רעדט איין דעם מענשן צו זוכן פאַרגעניגען אין די זאַכען וואָס מ'מאָג, און אַזוי מאַכט ער דעם מענשן צעלאָזן, ביז וואַנען דער מענש פאַרלירט די מענשליכע שכל'דיגע שטאַרקייט, אַז ער קומט צו אַ זאַך וואָס מ'טאָר ניט, קאָן ער זיך שוין ניט אָפּהאַלטען.

דער יצה"ר מאַכט דעם שטאַרקען, טיפזיניקען מענשן פאַר אַ קל הדעת (לייכטזיניקן) און אַזוי פיהרט ער דעם מענטשן אַ טרעפּ נידעריגער און נידעריגער ביז ער פאַרלירט די מענשליכע געפיהלען צום צווייטען מענש, ער ווערט איבערגעגעבען אינגאַנצען צו זיינע פאַרגעניגענס און ווערט אַזוי פאַרדאָרבען, ביז דער מענטש ווערט געפערליכער פאַר דער גרעסטער ווילדער חי'.

עס איז פאַראַן מענשען וואָס זיינען געפאַלען קרבנות פון דעם יצר הרע'ס איינריידען, אַזעלכע וואָס

הערות

  1. 128. ראה סנהדרין עב, א. חינוך מצוה רמח. ועוד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 13 עמודים.

  1. לקוטי שיחות 113 סנהדרין עב, א
  2. לקוטי שיחות 180 סנהדרין עב, ב
  3. לקוטי שיחות 186 סנהדרין עב, א
  4. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ ראה, מבה"ח אלול, ה'תשט"ו. סנהדרין עב, רע"ב
  5. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ה' פ' פינחס, י"ב תמוז, ה'תשכ"ז סנהדרין עב, ב
  6. שולחן ערוך ה סנהדרין עב , ב
  7. שולחן ערוך יא סנהדרין עב , א
  8. שולחן ערוך יב סנהדרין עב, ב
  9. ענינה של תורת החסידות 6 סנהדרין עב, סע"א
  10. אגרות קודש אגרת פט סנהדרין עב, א
  11. אגרות קודש אגרת ג סנהדרין עב, א
  12. אגרות קודש אגרת ח סנהדרין עב, א
  13. תורת מנחם שיחת ש"פ ויצא, ט' כסלו, ה'תשכ"ט שם עב, ב