76
דאָך (פאַר דעם יושב אוהל) זייער שווער זיך צו אָפּרייסן.
איז פון אַ יושב אוהל קען מען פאַרשטיין ווי דאָס איז באַ אַ בעל עסק: בשעת אַ בעל עסק פאָרט אויפן טראמוואי און דאַרף פאַרקויפן 20 אָדער 30 זעקלעך מעל ויש נתינת מקום על 60, וואָס 60 איז ניט 30, 60 איז גאָר באופן אחר, אין דעם איז פאַראַן אַ פינפטל, וואָס דעמולט וועט זיין אַזוי און אַזוי — וואָס דאָס איז אים נוגע אין גאַנצן, און עס איז דאָך די צייט פון מנחה. וואָס אין סדר השתלשלות איז דאָך הוקצב געוואָרן אַז דאָ אויף פּיעטערבורגסקע גאַס דאַרף ער אָפּזאָגן צען ווערטער, אָדער עס דאַרף זיך עם מאַכן אַ העלם און ער דאַרף דאָס ברעכן, וואָרום "כאו"א חייב לומר בשבילי נברא העולם"36 אַז דער העלם איז נברא געוואָרן צוליב עם, ער זאָל אים מברר זיין. אויך, דאָ דאַרף ער "עוצם" זיין "עיניו מראות ברע"37, און דאָס דאַרף זיין אָן בליטות, וואָס דאָס איז עם נוגע אין גאַנצן.
נאָכדעם בין מנחה למעריב דאַרף מען דאָך לערנען איזה ענין, דערנאָך דאַוונען מעריב, און נאָך מעריב דאַרף מען עפּעס לערנען. נאָכדעם הויבט זיך אָן קריאת שמע שעל המטה, און ער מאַכט אַ חשבון הנפש און דאָס איז אדעתי' דנפשי', ער נעמט זיך באַרעכענען — באמיתית אָן אהבת עצמו — וואָס ער האָט אָפּגעטאָן אַז הגם ער האָט זיך געפירט גוט, זעט ער דאָך, אַז נעכטן האָט ער ניט געהאָרעוועט און ניט געלאָפן, און דאָס וואָס ער האָט געדאַרפט איז אָנגעקומען לידו. און היינט איז ער אַרום געלאָפן און געהאָרעוועט (וואָס אַזוי איז דאָך דער סדר אין עסק אַז עס קען זיין אַז מען זאָל פאַרדינען מיט איין מאָל אויף אַ גאַנצע וואָך),
וואָס אַזוי איז אויך ביי יושבי אוהל, ער האָרעוועט אויף אַ ענין כמה שעות ביז ער פאַרשטייט אים, ולסוף אַז ער גיט אַ קוק אינעווייניק חאַפּט ער זיך אַז עס איז גאָר ניט אמת.
דערנאָך הויבט זיך אָן תיקון חצות, תרומת הדשן38 — אַזוי איז דער סדר פון אַ צדיק.
ולבסוף, איז "יפה שעה אחת" — די גאַנצע צייט איז ער געלעגן גאָר אין אַנדערע זאכן (איך מיין ניט בעלי עבירה, נאָר גלאַט אין אַנדערע ענינים, אפילו ענינים המותרים) — און ב"שעה אחת" מיט "איין קער" — וואָס אינווייניק קערט זיך באַ אים איבער מן הקצה אל הקצה — איז ער העכער פון אַ צדיק.
וואָס לכאורה יפלא הדבר מאד: דער צדיק האָט אַזויפיל געהאָרעוועט בעבודה גדולה ויגיעה עצומה, און דער איז "יציבא בארעא וגיורא בשמי שמיא"39, ער האָט געגעסן פּופּקעס און איז געלעגן אין כ'ווייס וואָס, און מיט איין "קער" אויף ווערן אַנדערש איז ער העכער פון אַ צדיק.
נאָר ווייל אַ תנועה פון אַ אידן איז זייער טייער, מען טאָר ניט מדחה זיין, מ'דאַרף אים מקרב זיין, נאָר מען דאַרף אים רייסן דעם לונג און לעבער. ער מוז האָבן מדות חסידות, און ניט אַראָפּטראָגן חסידות שלא במקומו39.
הערות
- 36. משנה סנהדרין לז, א.
- 37. ישעי' לג, טו.
- 38. ראה ספר השיחות תש"ג ע' 127126. וראה ספר השיחות תש"א ע' 55.
- 39. עירובין ט, א.
- 39. בהנחה אחרת מוסיף כאן: אין גלייך ווערטלעך.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 18 עמודים.
- אגרות קודש ט'שה עירובין ט, א
- תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ב' דחג הסוכות, ה'תשכ"א עירובין ט, א
- נר מצוה ותורה אור קכה, ב עירובין ט, סע"א
- שולחן ערוך א עירובין ט, א
- שולחן ערוך ו עירובין ט, א
- שולחן ערוך יט עירובין ט, א
- שולחן ערוך כה עירובין ט, א
- שולחן ערוך טו עירובין ט, א
- שולחן ערוך כו עירובין ט , א
- שולחן ערוך ו עירובין ט , א
- שולחן ערוך (ג) עירובין דף ט
- שולחן ערוך (א) עירובין ט, א
- שו"ת סימן ג עירובין ט, א
- דובר שלום הטלטול מבית למרפסת הפתוח למדרגות עירובין ט, ב
- דובר שלום בקיעת גדיים – מבטלת לבוד או מחיצה עירובין ט, א
- שוע"ר עם ביאור דברי שלום שמה דין ארבע רשויות לשבת עירובין דף ט
- שוע"ר עם ביאור דברי שלום שמח דין המושיט כלי מרשות לרשות עירובין ט, א
- שוע"ר עם ביאור דברי שלום שסה דין מבוי שנפרץ עירובין דף ט