348
אין אַ געוויסען זמן, וואָס איז באַ מיר ניט נאָר רשום אין אותיות הכתיבה, נאָר אויך חקוק אין אותיות החקיקה, און די חקיקה איז ממולא מיט אור עצמי, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט דעם סדר: אהבת ישראל אהבת התורה ואהבת השם, גילוי העצם ווי ער איז בעצמותו יתברך.
און דאָס קען נאָר דערהערט ווערען באַ אַ עובד אין עבודת התפלה בהתעוררות הלב נאָך אַ געוויסער הקדמה פון עבודת תיקון חצות מיט אַ געשמאַקען געוויין קאַפּיטל תהלים פאַרן דאַוונען.
דעם תיחוח — צורייבען5 — מאַכט דער תיקון חצות, וואָס דאַן איז דער שלאף ניט נאָר ריין פון דמיונות כוזבים נאָר ער בריינגט אויך הרגשי אור וואָס לייכטען אים אַ גאַנצען טאָג אין אַלע זיינע ענינים. ער איז טאַקע פאַרנומען אין זיינע עניני פרנסה אָבער עס איז גאָר אַנדערש.
בעלי עבודה וואָס טוען אין עבודה בעדאַרף מען ניט אויסמאָלען דעם ענין, זיי ווייסען וואָס דאָס איז. און די ניט בעלי עבודה וועט ניט העלפען דער ריידען און אויסמאָלען די זאַך אפילו בפרטי פרטיות. זיי וועלען דאָס ניט תופס זיין, אַ ודאי איז אויף זיי אַ הימלשרייענדער רחמנות.
מען בעדאַרף לייגען די גרעסטע כחות, בחסד וברחמים, על דרך ווי מען פירט זיך מיט אַ חולה ר"ל בכלל און מיט אַ חולה אויפן קאָפּ בפרט, אַז ניט געקוקט אויף זיינע יאָהרען זעט מען צו מפתחזיין זיין שכל מיט פאַרשידענע מיטלען פון קירוב ולימוד ביז השי"ת שטאַרקט אים זיין מוח און כח השכל.
ג. מנהגים און געוויסע אידישע און מענטשליכע נימוסים זיינען איינגעטיילט אין כמה סוגים:
א) מנהגי תורה, וואָס דער מנהג איז תורה, כמאמר מנהג אבותינו תורה הוא (מנחות כ, ע"ב. תוד"ה נפסל). ב) מנהגי ירושלים (ב"ב צ"ג ע"ב). ג) מנהג ותיקין (סופרים פי"ד, יח). ד) מנהג נשים תורה היא (ירושלמי פסחים פ"ד ה"א).5 ו) מנהגו של עולם (ע"ז ד"ח ע"א). ז) מנהג הפקר6. ח) מנהג שטות.
די סוגים זיינען איינגעטיילט בכללות אין דריי טיילען: א) מצוה. ב) חובה. ג) מנהג.
באַ הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען אַ סדר הנהגה מקובל אין אַלע הנהגות, אָן קיין חילוק צווישען ענינים כלליים און ענינים פרטיים און אָן קיין חילוק אין זמן, צי שעות היום או הלילה, ימי החול ושבת וימי המועדים, חודש אלול און ימי הסליחות. אויך הנהגות מיוחדות פון זמנים מיוחדים, ווי איך וועל אייך מזכה זיין מיט דער מתנה נפשית ועצמית, דערציילען אייך די סדרי הנהגות נוספות אין זמנים ידועים.
פון די זמנים מיוחדים איז אויך דער סדר הנהגה אין דעם מעת לעת, י"ב שעות הלילה און י"ב שעות היום, פון דעם יום המיוחד וואָס איז מיוחד ביחוד פנימי.
מיט דעם פירוש המלות פון יחוד
הערות
- 5. זע שיחת י"ט כסלו השי"ת אות יא [לקמן ע' 385]. וש"נ.
- 5. [חסר: ה)].
- 6. מה שלא הובא המקור בש"ס גם למנהג הפקר — יבמות סו, א ועוד — אולי אפ"ל כדי להבדיל, דרך אגב, בין המנהגים שאין לחזקם כ"א אדרבה צריכים ביטול — לשאר המנהגים. — וגם בזה נראה עד כמה מדוייקים כל הפרטים ופרטי פרטים במאמרי ושיחות תורת הדא"ח. וראה ג"כ הערה 7.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 6 עמודים.