131
ערקלערט אין תניא27, אַז דערפאַר איז צדקה "שקולה כנגד כל המצוות"28, דאָס איז אַזוי וואָגיק ווי אַלע מצוות צוזאַמען.
וואָס וויסנדיק דאָס (אַז דורך דעם פאַרשאַפט מען דעם אויבערשטן נחת רוח) גיט דאָס צו נאָכמער געשמאַק און נאָכמער יגיעה צו טאָן אין ביידע אויבנדערמאָנטע ענינים (אין וועלכע מ'האָט אַן אָפּלערנונג פון רשב"י) — לימוד התורה ביז "תורתו אומנתו", און קיום המצוות, אָנהויבנדיק פון דער עיקר'דיקע מצוה, מצות הצדקה בממון, צדקה בדיבור און צדקה במחשבה, דורך "ואהבת לרעך כמוך", און אין דער פולסטער מאָס.
און אין די אַלע זאַכן איז מען פאַרזיכערט, אַז בשעת מ'באַשליסט (מ'איז מחליט) צו טאָן אַזוי — איז "הקב"ה עוזרו"29 און רשב"י עוזרו, און מ'העלפט אַז איר זאָלט קענען אויפטאָן אין די ביידע זאַכן נאָכמער וויפל איר ריכט זיך פון פריער, און אויפטאָן לייכטער, בעסער, ברייטער און טיפער.
* * *
י. די צווייטע זאַך אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר איז (ווי דערמאָנט פריער) — אַז נאָך דעם וואָס די תלמידי רבי עקיבא "לא נהגו כבוד זה לזה" איז אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר האָבן זיי צוריק אָנגעהויבן נוהג זיין כבוד זה לזה.
וואָס אויך דערפון איז דאָ אַן אָפּלערנונג פאַר יעדערן, אָנהויבנדיק פון גאָר קליינע קינדער (אין צוגאָב צו דער הוראה פון דער ערשטער זאַך אין ל"ג בעומר, יום הילולא דרשב"י, אַז באַ יעדערן דאַרף זיין "תורתו אומנתו", און די צווייטע זאַך — טאָן אין מצוות, אָנהויבנדיק פון מצות הצדקה וכו'), ובהקדמה:
די פּעולות און אויפפירונגען פון אַ מענטשן, און אויך די מצוות, טיילן זיך בכלל אין צוויי סוגים — "סור מרע" און "עשה טוב". אויסהיטן זיך מיט דער גרעסטער פאָרזיכטיקייט אויף ניט טאָן קיין רע, ניט גוטע זאַכן, און האַלטן אין איין טאָן גוטע זאַכן.
דאָס וואָס מ'האט פריער גערעדט די אָפּלערנונג פון (דער ערשטער און צווייטער זאַך אין ל"ג בעומר — פון) רשב"י, אַז באַ יעדערן דאַרף זיין "תורתו אומנתו", און מקיים זיין מצוות אָנהויבנדיק פון מצות הצדקה און "ואהבת לרעך כמוך" — איז דאָס אין דעם סוג פון "עשה טוב".
דערצו קומט די אַנדערע אָפּלערנונג פון ל"ג בעומר (פון דער הנהגה פון תלמידי רבי עקיבא) אין "סור מרע" — אַז מ'דאַרף זיין שטאַרק אָפּגעהיט אויף ניט אָנרירן אַ צווייטן אידן, "דעלך סני לחברך לא תעביד"30, וואָס דאָס איז דער "סור מרע", פון דעם היפך פון "ואהבת לרעך כמוך":
"ואהבת לרעך כמוך" איז אין חיוב, אין "עשה טוב". "דעלך סני לחברך לא תעביד" איז אין שלילה, "סור מרע", אויסהיטן זיך פון טאָן ניט גוטע זאַכן אַ צווייטן, וואָס אויב מ'וואָלט עס געטאָן
הערות
- 27. פל"ז (מח, ב ואילך).
- 28. ב"ב ט, א. ירושלמי פאה פ"א ה"א.
- 29. ראה קידושין ל, ב. סוכה נ, ריש ע"ב.
- 30. שבת לא, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 16 עמודים.
- תורת מנחם בס"ד. שיחת אור ליום ועש"ק, ב' דחול המועד סוכות, סוכה נ, ב ואילך
- תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ג' פ' וישב, י"ט כסלו ה'תשט"ו. סוכה נ, א
- תורת מנחם בס"ד. שיחת ליל ג' דחול המועד סוכות, סוכה נ, רע"ב
- תורת מנחם בס"ד. שיחת ליל ג' דחול המועד סוכות, סוכה נ, ב
- תורת מנחם בס"ד. שיחת ליל שמחת תורה (קודם הקפות), ה'תש"כ. סוכה נ, ב
- תורת מנחם בס"ד. שיחת מוצאי יום א' דחוה"מ סוכות שמחת בית השואבה ה'תשי"ב. סוכה נ, רע"ב
- תורת מנחם בס"ד. שיחת אור ליום ג' דחול המועד סוכות, י"ט תשרי סוכה נ, רע"ב
- תורת מנחם בס"ד. שיחת אור ליום ב' דחול המועד סוכות, ח"י תשרי, שמחת בית השואבה, ה'תשכ"ב סוכה נ, סע"א
- תורת חיים קט, א סוכה נ, ב ואילך
- תורת חיים קפב, ד סוכה נ, ב ואילך
- שולחן ערוך כ סוכה נ, ב
- תורת מנחם שיחת שבת חול המועד סוכות, ה'תשכ"ח סוכה נ, סע"א
- תורת מנחם שיחת יום ב' דחג הסוכות, ה'תשכ"ט סוכה נ, סע"א
- תורת מנחם שיחת יום ב' דחג הסוכות, ה'תשל"א סוכה נ, ב
- תורת מנחם שיחת יום שביעי של פסח, ה'תשל"ב סוכה נ, ב
- תורת מנחם שיחת מוצש"ק פ' בא, יו"ד שבט, ה'תשל"ג סוכה נ, ב