ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"חי"ט כסלו תש"ח183

183

מען קען זיין אַ בקי בש"ס, ריידן אין אַ רמב"ם, מחדש זיין חידושי תורה, ניט דאָס איז דער עיקר, דער עיקר איז לערנען אַ פסוק חומש און דערהערן דעם אמת.

ו. היינט קען מען פועל'ן אַ פולע.

עפ"י תורה דאַרף אַ טאַטע מפרנס זיין אַ בן קטן15, ובפרט אַ עבד איז רבו דאָך מחוייב במזונותיו16, זאָל דער אויבערשטער געבען אַ פולע השפעה בגשמיות וברוחניות אַז עס זאָל זיין ביי אידן געלעבט, חי — געלעבט.

ז. אידן זיינען זייער רייך, מילא אין גשמיות דאַרף מען זיי געבען וואָס זיי דאַרפן, נאָר אין רוחניות זיינען אַלע אידן רייך, נאָר דאָס איז בהעלם און מען בעדאַרף דאָס אַרויסנעמען מההעלם אל הגילוי.

ח. אין חסידות ודרכי החסידים איז דער עיקר עבודה, השכלה אַליין איז גאָרנישט — מיט השכלה איז ניע פאציאם17. עס איז דאָ אַ סדר: מוחין מדות מחשבה דיבור ומעשה, דער עיקר איז מעשה עבודה בפועל.

אַ פּוד השכלה קומט ניט צו עבודה בפועל, למעלה איז אַ גוט וואָרט פון אַ ישובניק העכער פון אַ פּוד השכלה. אַ ישובניק באַגעגענט אַ צווייטן אידן, זאָגט אים: שלום עליכם, נעמט אים אַריין צו זיך אין הויז, גיט אים צו עסן ברויט מיט זויער מילך, וואַרפט אַריין נאָך אַ שײַטל האָלץ אין אויוון כדי ער זאָל זיך אָנוואַרעמען18, נאָכדעם זאָגט ער אַ קאַפּיטל תהלים פאַרוואָס אין אַזאַ שניי דאַרף יענער גיין אין וועג זוכען אַ קעלבל אויף לפרנס בני ביתו; דאָס איז למעלה זייער הויך19.

אַ ישובניק האָט אַמאָל געזאָגט דעם טאַטן: איך ווייס גאָר ניט נאָר ווי צו איינשפּאַנען דעם גוף. האָט דער טאַטע געזאָגט: דורך אַ קאַפּיטל תהלים20.

ט. עס איז זיכער אַז דער רבי אין גן עדן העליון מיט די רביים אבות החסידות און חסידים וואָס האָבן זיך מוסר נפש געווען אויף חסידות און דרכי החסידים איז ידעי מה דהוי בהאי עלמא21, און האָבן אַ קורת רוח וואָס מען איז זיך דאָ משמח בשמחתו. די נשמות החסידים וואָס זיינען זיך צונויפגעקומען אין דעם טאָג צום אַלטן רבי'ן זיינען מקבל אַ ברכה פון רבי'ן פאַר בניהם ובני בניהם.

י. די דריי ענינים אהבת השם אהבת התורה און אהבת ישראל דאַרף זיין ביי חסידים אויסגעפלאָכטען צוזאַמען אַזוי ווי אַ נר הבדלה.

יא. עס איז אַ גרויסע רחמנות אויף די יונגעלייט דאָ. די עלטערע חסידים געדיינקען נאָך פון דער היים, זיי האָבן געזען אַ זיידן, אַ טאַטן; ווי מען רופט

הערות

  1. 15. ראה כתובות סה, ב.
  2. 16. ראה רמב"ם הל' עבדים פ"א ה"ט. פ"ג ה"א.
  3. 17. {6} אין לזה ערך.
  4. 18. נוסחא אחרת: זאָגט צו די בעל הבית'טע: וואַרף אַריין נאָך אַ שטיקעל האָלץ אין אויוון עס זאָל ווערן וואַרעמער — מיר האָבן אַ אורח, און זאָגט צו דעם אורח: גייט אַרויף אויפן אויוון און וואַרעמט זיך אָן און רוהט זיך אויס.
  5. 19. נוסחא אחרת: איז דאָס למעלה אַ פולע טייערער מער ווי אַ גאון'ס חידושי תורה.
  6. 20. נוסחא אחרת: אַ ישובניק האָט אַמאָל געזאָגט צו הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק: איך ווייס גאָרניט, איך ווייס נאר אַז מ'דאַרף איינשפּאַנען דעם גוף מיט אַ קאַפּיטל תהלים.
  7. 21. ראה גם סה"מ תרפ"א ע' רב ובשוה"ג שם.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 5 עמודים.

  1. אגרות קודש י'תתכט כתובות סה, ב
  2. תורת מנחם בס"ד. שיחת חג הפורים, ה'תשכ"ה כתובות סה, א
  3. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ב' פ' בלק, י"ב תמוז, ה'תשכ"ה כתובות סה, א
  4. שולחן ערוך [ז] כתובות סה, ב
  5. שולחן ערוך יג כתובות סה, א