185
ושאל אחד אם שייך ברוחניות הענין הב'15 דמשקין קודם השחיטה שזהו משום סרכא.
והשיב כ"ק אדמו"ר שליט"א: בודאי שייכה בעבודה דאָס איז נאָך אַ העכערע מדריגה, דאָס איז אַ בעל מדריגה שיודע מצבו אשר יש לו סרכא ומתעסק להסירה16, אבל התחלת העבודה היא מהפשטת העור.
דער טאַטע האָט געזאָגט בביאור המאמר עשרה שיושבין ועוסקין בתורה וכו' ומנין אפילו אחד17, מיא איז זעך עוסק אַז תורה זאָל פועל זיין מיא זאָל דערהערן דעם אור התורה, יעמולט ווערן נמשך אויך מקיפים נעלים, דאָס איז מקדש מכון לשבתו יתברך, און די התעוררות איז מזבח, און עס איז מצוה להביא מן ההדיוט18 דאָס איז אַ חסידישער פאַרברענגען.
עס איז דאָ דער אש של מעלה, דער אש של מעלה איז פאַראַן באַ יעדער אידן, יעדער איד אפילו גאָר גאָר כו' וכו' האָט דעם אש של מעלה19. דער זיידע האָט געזאָגט19 אַז אַ איד טוט ראש השנה אַ קרעכץ אָדער ער וויינט אויף אַ ניט גוט גשמי ח"ו אין געזונט אָדער אין פרנסה איז דאָס תשובה עילאה, זאָגט דער טאַטע וויילע ראש השנה איז יעדער תנועה אין אַ העכערע מדרגה, דאָס הייסט יעדער תנועה איז אין אַ פנימית, און אין פנימית דפנימית איז יעדער איד אַ איד, און באַ יעדער אידן איז דאָ דער אש של מעלה, נאָר מצוה להביא מן ההדיוט און דאָס איז אַ חסידישער פאַרברענגען באהבת רעים און בידידות דער רעט מען זיך צו אַ קביעות עתים לתורה, צו אַ בירור פון אַ מדה, און אַ אידן אַ טובה טאָן, מיא רעט זעך אויס די האַרץ, מיא איז זיך מעורר און מיא איז מעורר דעם אַנדערן במתכוין ושלא במתכוין, מיא רעט מיט יונגעלייט און מיא דאַרף באַ זיי מאָנען אַז זיי זאָלן וויסן אַז זיי זיינען מחויב צו קומען לערנען און פועל זיין אין זייער סביבה אַז מיא זאָל זיין שומרי תורה ומצוה.
בכלל איז איצטער אין דער וועלט געוואָרן אַ צופרידנקייט מיט רוחניות, אַ מדת ההסתפקות, מיא איז מיט אַלץ צופרידן, אַז אַ איד גייט צו אַ בלאַט גמרא איז אַ רעכטע זאַך, ווער רעדט אַז אַ יונגערמאַן לערנט אַ בלאַט גמרא און איז זעך מקרב צו ישראל סבא איז יש לו שם, און די בחורים וואָס האָבן אגודות און לערנען ב"ה וואָס דאָס איז טאַקע באמת גוט, אַזוי דאַרף דאָך זיין איז האָט מען דאָס געמאַכט פאַר אַ דבר פלא. צוליב וואָס דאַרף מען דאָס אַזוי מפליא זיין, אַזוי דאַרף דאָך זיין, אַ אידישער בחור דאַרף לערנען און דאַרף זעך פירן אידיש בכל עניני המצות, עס דאַרף ניט זיין קיין דבר המופלא. למשל אַז מיא גייט אין גאַס און מיא טרעפט אַ מענטש גייט ב"ה אין גאַס ניט אויף קאוילעס20, און ב"ה מיט אייגענע הענט, וועט מען דען נתפעל ווערן, עס גייט אַ
הערות
- 15. ראה ביצה מ, א. שו"ע יו"ד סל"ט סי"ב ובש"ך ס"ק לב. לקו"ש ח"ו ע' 152 הערה 6.
- 16. ראה לקוטי שיחות חלק כה ע' 358 הערה 88. חלק כו ע' 391.
- 17. אבות פ"ג מ"ו.
- 18. ראה עירובין סג, א. ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 252.
- 19. ראה שהש"ר פ"ח, ז. סה"מ תרפ"ג ע' קעא. ה'שי"ת ע' 113.
- 19. ראה גם אגרותקודש ח"ג ע' תקנא. הועתק ב"היום יום" ג תמוז.
- 20. קביים.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 4 עמודים.