ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תרצ"אי"ט כסלו184

184

אלקות9 איז געווען אַלט הונדערט יאָהר דורך גיפרואווט געוואָרן מיט אַכט נסיונות יעמולט ערשט האָט ער גיהאַט יצחקן, ביז עס ווערט גיבאָרן אַ איד דאַרפמען אַפולע דורך גיין, נאָר איצטער אַז דער רבי האָט גיעפנט דעם צנור פון מסירת נפש אויף עבודה איז אַפולע גרינגער, אָבער טאָן מוז מען, פון זיך אַליין ווערט קיין זאַך ניט.

איך בין אין אַ טיפער מרה שחורה, מיא מיינט דאָך אַז דער מצב איז ר"ל אַזוי שטאַרק נידעריק איז לפי ערך הדור איז מען דאָך אין אַ ציור פון תורה ויראת שמים, אָבער באמת איז ניט אַזוי, שולדיק זיינען די יושבי אהל, מיא איז ניט מעורר וויפל מיא דאַרף און אַז מיא וואָלט מעורר געווען וואָלט געווען גאָר אַנדערש, הגם מיא האָט אין דעם שוין פיל מאָל גערעט, אָבער עס גיט ניט קיין מנוחה.

באַ חסידים איז פאַרברענגען איינע פון די יסודי דרכי החסידות, און פאַרברענגען פאַרברענגט מען באַ אַ ביסל משקה, וואָס די עצם משקה דאַרף דאָך ?אַ חסידים זיין אָפּגיפרעגט10, און עס איז אַ פלא ווי קומען חסידים צו משקה. חסידות איז השגה, און מדות חסידות איז אויך על פי השכל דאָס הייסט מדות שבשכל, היינט ווי קומט דאָס אַז חסידים זאָלן נעמען משקה, ועיקר ענין החסידות הוא זהירות, וואָס דאָס איז אַ חסיד שאינו שם חדש, נהמא אפום חרבא ליכול11, אַז מיא לייגט אין מויל אַ שטיקל ברויט איז דאַס ווי אַ חרב, ניט נאָר פלייש נאָר אויך ברויט אפילו, און בפרט משקה, דעל פי הקבלה צריכים זהירות יתירה בענין היין12, וכמ"ש האלשיך13 בענין הצלחת הלימוד שתלוי בג' דברים וא' מהם איז מאכלים הדקים, ובפרט בלימוד הקבלה שאחת מן ההכנות הוא הזהירות בשתיית יין, עס איז געווען אַ צייט ווען מיא האָט ניט געהייסן מאַכן קיין קידוש אויף יין נאָר אויף לחם.

נאָר דער טעם האמיתי אין די ביסל משקה איז צוליב אַ כוונה פנימית אָפּ ווייקן די פעל, ועל דרך14 ההשקאה קודם השחיטה שהוא בשביל הפשטת העור15, פון אַ חסידישער ביסל משקה ווערט ווייכער די פעל עס נעמט דורך דער עור המכסה על האמת. באַ אַ חסידישער ביסל משקה ווערט אַ הסכם חזק אויף סור מרע און עשה טוב. באמת איז אַז באַ אַ חסידישער ביסל משקה איז דער סור מרע ועשה טוב קריגט אַ אַנדער פנים, יעמולט פאַרשטייט מען און יעמאָלט לייגט זיך אָפּ אַז רע מיינט מען ניט ח"ו רע גמור, אפילו אַ דבר מותר וואָס פאַר אים איז דאָס ניט נויטיק איז אויך רע, און טוב מיינט מען טאַקע טוב גמור ניט וואָס מיא רופט סתם טוב, בעסער ווידער ערגער, נאָר טוב באמת, און דער אָפּלייג איז באַ אַ חסידישער ביסל משקה, אַז עס ווערט ווייכער דער עור הבהמה פון נפש הטבעי.

הערות

  1. 9. ב"ר פמ"ז, ו. פפ"ב, ו. ראה תו"א ויצא כד, א. ובכ"מ.
  2. 10. ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 28. וש"נ.
  3. 11. זח"ג קפח, ב. וראה סה"מ תרנ"ט ע' קס. תש"ד ע' 103.
  4. 12. ראה הקדמת הרח"ו לשער ההקדמות הקדמה ג (נדפס בעץ חיים דפוס ווארשא, תרנ"א — וצילום ממנה — ע' 10). פוקח עורים פרק כז (מאמרי אדמו"ר האמצעי קונטרסים ע' תצא). ספר השיחות תר"פתרפ"ז שם. ועוד.
  5. 13. עה"פ דניאל א, ה.
  6. 14. ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 84. תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 257. תש"ה ע' 57.
  7. 15. ראה ביצה מ, א. שו"ע יו"ד סל"ט סי"ב ובש"ך ס"ק לב. לקו"ש ח"ו ע' 152 הערה 6.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 4 עמודים.

  1. שולחן ערוך כ ביצה מ, א
  2. ספר השיחות 185 מאותו ספר ביצה מ, א
  3. שוע"ר עם ביאור דברי שלום שצז דין שביתת היחיד וכליו ומהלך אלפיים אמה ביצה מ, א
  4. שוע"ר עם ביאור דברי שלום תצה איזה מלאכות אסורים ביום טוב ביצה מ, ב