365

יום א' דחג הסוכות ה'שי"ת בסעודה

אין מיינע פריהעסטע קינדער יאָרן איז אַ דאַנק דער השגחה און דער הדרכה פון מיין מלמד הרב החסיד ר' ניסן ע"ה1 וועלכער איז געווען אַ גרויסער בעל שמועה און אַ שטאַרקער דייקן אין יעדן סיפור ווען און פון וועמען ער האָט מקבל געווען די שמועה מיט אַ מדוייק'דיקן זמן באַ וועלכער געלעגענהייט.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט שטאַרק משבח געווען את המלמד רנ"ס1 — אַזוי פלעגט ער אים רופן ווען ער פלעגט אים דערמאָנען — זאָגענדיק דערביי אַז דיין מלמד הרנ"ס האָט געהאַט אַ געזונטן אמת חסידישן קינדערחינוך.

עס זיינען געווען זמנים וואָס לרגלי חלישות בריאותו של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָבן אים די דאָקטוירים פאַראָרדנט אַ סדר הנהגה, אַז נאָך עטלעכע שעה יגיעה אין לערנען אָדער שרייבן זאָל ער אַ האַלבע אָדער אַ גאַנצע שעה רוהען, און צוליב בעסערע בלוטצירקולאַציע זאָל ער די שעה אַרומגיין אין צימער און באַ אַ גוטן וועטער — אין גאָרטן.

צו יענער צייט איז מיר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק מודיע — דורך דעם הויז טעלעפאָן וואָס איז געווען פון זיין צימער צו מיינעם — אַז איך זאָל באַלד קומען2.

די מנוחה שפּאַציר שעה ניצט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אויס אויף פאַרשידענע ענינים. א) הערן אַ בעריכט פון עניני ישיבת תת"ל און געבן הוראות הנהגה. ב) געבן מיר פאַרשידענע הוראות אין עניני הכלל וואָס איך זאָל שרייבן און צושטעלען אים אויף צו חתמ'נען.

רובא דרובא פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פרעגן, מיט אַ שמייכל אויף פני קדשו בנועם מיוחד, וויפיעל צייט האָט באַ דיר גענומען די אַרבעט.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק וויל וויסן פּינקטליך ניט בהשערה נאָר בדיוק אין מינוטן.

נאָך גאָר אין די פריהעסטע יונגע יאָרן איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געווען אַ מופלא בהנהגותיו מיט אַ מדוייק'דיקן סדר אין3 און שמירת הזמן, איינגעטיילט די זמני עבודת היום ועבודת הלילה.

שוין פון די גאָר יונגסטע יאָרן האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געהאַט אַ שטאַרק מסודר'דיקע הנהגה אַז יעדער ענין וואָס ער האָט געלערנט בלי פלוג, צי אַ דין אין שלחן ערוך אורח חיים אָדער אַ מאמר חסידות וואָס איז אויך אַ געוויסער שלחן ערוך אין ארחות חיים פנימיים פון עבודת התפלה און סידור ותיקון המדות. האָט ער געלעגט די גרעסטע עבודה

הערות

  1. 1. [ראה אודותו לעיל ע' 41. וש"נ.
  2. 2. ראה גם רשימת היומן שמע"צ ושמח"ת תרצ"ג ("רשימות" חוברת יד ע' 10). לקו"ש ח"ב ע' 506].
  3. 3. חסירה תיבה אחת.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.