335
איך בין מובטח, אַז ווען מ'וועט טאָן אין עבודת התפלה וועט דער אויבערשטער ממלא זיין אַלע בקשות. תכין לבם תקשיב7.
י. חסידים האָבען כחות עצמיים. זיי האָבען אויגען צו זעהן, אויערען צו הערען, שכל צו פאַרשטיין, נאָר מען דאַרף שייערען די כלי, שייערען אַזוי לאנג עד שיגיע לטהרו, כמארז"ל8 חותה אילך ואילך עד שמגיע לטהרו. שייערען שייערט מען מיט זאמד און וואַסער, אָבער עס ווענט זיך וואָס פאַר אַ זאַמד, אויך וואָס פאַר אַ "מאַטשאַלקע", אָבער מען דאַרף שייערען ביז מען וועט צוקומען לטהרו, ניט נאָר צו דער כלי נאָר לטהרו של כלי.
יא. חסידים האָבען כחות וואָס די רביים האָבען זיי מנחיל געווען לדורותיהם עד ביאת הגואל.
יעדער חסיד דאַרף זאָגען אַלע טאָג אַ קאַפּיטעל תהלים ביחוד, אַז דער זכות פון די רביים זאָל ביי זיי נמשך ווערען און עס זאָל ביי זיי נקלט ווערען דער גילוי אור אין אַ פנימיות9.
דער נקודת הענין איז: אור הקדושה איז דאָך אין סוף און צו דעם דאַרף מען האָבען כלים. וואָרום אַז עס איז אין עוד כלי, איז ויעמוד10 וגו'.
עס איז דאָ ברק, אַ בליץ. נאָך אַ בליץ קומט אַ דונער. עס קען חלילה אַוועק'הרג'נען אַ מענטשען, דאָס איז ניט דער אמת'ר ברק. עס דאַרף זיין אַז עס זאָל נקלט ווערען. אַ אור פנימי אַז ער ווערט נקלט איז ער אַליין לעבט און באַלעבט אויך אַנדערע.
יב. מען דאַרף האָבען אַ חוש אין אהבת ישראל, אַז איינער באַגעגענט דעם צווייטען פרעגט ער ביי אים: ברודער, וואָס מאַכסטו. דאָס איז אַזאַ אויסשפּראַך ביי חסידים, מען צוקושט זיך און מ'פרעגט, ברודער וואָס מאַכסטו. דאָס איז אַזאַ רגילות, זיין טאַטע האָט אַזוי געטאָן, זיין זיידע, דער עלטער זיידע, אָבער דאָס איז אַ טרוקענער אהבת ישראל, אָן אַ לעבען. עס דאַרף זיין אַ פייכטער, אַ נאַסער און אַ קלעפּעדיקער. מען דאַרף זעהן יענעמס מעלות, אויב מען זעהט ביי יענעם אַ חסרון איז באמת דער חסרון אין זיך, אַז מען וועט זיך מתקן זיין וועט יענער דערהערען.
יג. אַ איד דאַרף וויסען אַז וואו ער גייט און וואו ער געפינט זיך איז דאָס מיט אַ סדר מסודר פון מחשבה נעלמה פון עצמות אין סוף.
יד. עס איז דאָ אַ שטאַרקע תביעה אויף חסידים, פאַרוואָס מען דאַווענט ניט. איך וועל ניט זאָגען ווער דער תובע איז, חסידים פאַרשטייען אָבער אפילו ווען מען זאָגט זיי ניט ווער. איך בין אַ שליח אויף איבערגעבען: מען מאָנט עבודת התפלה. די אַלע וואָס זיינען איצטער דאָ פאַראַן (הראה באצבעו הק' על כל הנאספים) קען יעדער זיין אַ משפיע אויף צוויי דריי מנינים צו לערנען מיט זיי אַ וואָרט חסידות און ווייזען ווי מ'דאַרף דאַוונען.
טו. איך וויל זאָגען אַ ענין פנימי. איך בין מובטח און איך בין מבטיח, אַז די וואָס נעמען אויף זיך בל"נ עוסק זיין אין עבודת התפלה וועלען האָבען אַ הצלחה מופלגה אין אַלע זייערע ענינים,
הערות
- 7. [תהלים י, יז.
- 8. ראה יומא נט, א.
- 9. הובא ונתבאר בשיחת ש"פ פינחס ה'שי"ת (תורת מנחם התוועדויות ח"א ס"ע 48 ואילך)].
- 10. מלכים ב' ד, ו. וראה ג"כ תורה אור ביאור לד"ה וקבל היהודים [צז, ב.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 1 עמודים.