214
ליל שביעי של פסח תש"ח בסעודה
א. כ"ק אדמו"ר שליט"א ביקש לנגן את הניגון שהיו קוראים בליובאַוויטש דער קריעת ים סוף ניגון.
נמשך הדיבור אודות אופן אמירת השירה של משה ובנ"י בעת קרי"ס שיש בזה מחלוקת תנאים בגמרא1. ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א:
מען האָט שוין אַמאָל גערעדט2 אַז אין אַ מחלוקת תנאים ואמוראים זאָגט יעדערער לפי שרש נשמתו3.
ב. שביעי של פסח דאַרף מען זייער מייקר זיין דעם זמן.
זמן איז אַ נברא וואָס פאַרמאָגט צוויי הפכים: א) עס איז איינגעטיילט אין די דריי טיילן פון עבר, הוה, עתיד. ב) דער עבר ווערט נתגלה אין דעם הוה און האָט אַ געוויסע השפעה אויף דעם עתיד.
די כוונה אין ידיעת החסידות איז מען זאָל וויסען מיט אַ גוטע התבוננות אָפּלייג, אַז די ירידת הנשמה בגוף אין וואָס פאַר אַ זמן עס איז, איז די כוונה אַז דער הוה זאָל משלים זיין דעם עבר און ממלא זיין דעם עתיד.
דאָס איז דער זמן פון נפש וואָס איז מחי' דעם גוף. עס איז פאַראַן דער ענין פון זמן אין אַלע מדריגות הנשמה, אין רוח, אין נשמה, און אין די מדריגות מקיפים פון חי' יחידה.
די אַלע חילוקים זיינען מדריגות חלוקות אין נפש, עס זיינען אויך דאָ די אַלע חילוקים אין זמן. עס איז ניט גלייך דער גילוי וואָס איז מאיר ביום הראשון צו דעם גילוי פון דעם יום השני, וואָס בכל יום איז מאיר אַ אור חדש.
די אַלע חילוקי זמנים איז באַ דעם וואָס איז זיך מתעסק אין עניני עבודה, האָט יעדער זמן זיין ריכטיג ווערטיקען ווערט, און בריינגט דעם אויפריכטיגען יבול און אור אין דער שלימות הכוונה פון ירידת הנשמה למטה.
ג. דער וואָס האָט אַ חוש, ער טוט אין אַ ענין און ליגט אין דעם, קען ער האָבן אַ השערה וואָס עס טוט זיך איצטער למעלה.
דער וואָס ווייס דעם ענין פון אהבת האָב אל הבן און האָט אַ הרגש אין דעם, פאַרשטייט דעם צער און די העכבה פון דעם גילוי ההמשכה דאָ למטה4.
ובני ישראל יוצאים ביד רמה5, גאולת מצרים האָט געבראַכט צו קריעת ים סוף; עס איז אויפגעעפנט געוואָרן אַלע פרסאות ומסכים, אַז מען האָט אַלעס געזען קלאָר אין ראיית עין הגשמי6.
אַה! מען האָט אונז געגעבן אַ וועלט...
ד. שביעי של פסח תרנ"א, האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק דערציילט אַז דער עלטער זיידע דער רבי צמח צדק האָט
הערות
- 1. סוטה כז, ב. ל, ב.
- 2. ראה אגרות-קודש ח"ב ע' רפה. ע' רצב. ע' שדמ. הערות לאגרות-קודש שם ב"רשימות" חוברת קמו.
- 3. ראה ביאורי הזוהר לאדמו"ר האמצעי וישלח כ, א ואילך (נתבאר בלקוטי לוי יצחק — אגרות-קודש ע' רסג). סה"מ תש"ט ע' 77 ואילך ובהערה שם. לקו"ש ח"ד ע' 1178. ח"ז ע' 170. חל"ו ע' 182 ואילך. שיחת כ"ף מרחשון תשמ"ה (התוועדויות תשמ"ה ח"א ע' 624 ואילך). ועוד.
- 4. בהנחה אחרת: און דאָ איז דער ווייטאָג...
- 5. בשלח יד, ח.
- 6. ראה שער האמונה לאדמו"ר האמצעי פנ"ד ואילך (פו, א ואילך). ובכ"מ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 5 עמודים.