202
איז דערנאָך קומט ער צו, צו הודו לה'. און דאַן קומט די עבודת התפלה.
ז. (אחד מזקני אנ"ש אמר שהועילה לו עבודת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בגשמיות וברוחניות, וענה כ"ק אדמו"ר שליט"א:) פאַרלאָזען זיך אויף דער עבודה פון רבי'ן איז אַ פּוילישער דרך7. עס איז געוויס איינע פון די דרכי הקדש, וואָס תלמידי מורנו הבעש"ט האָבן מסדר געווען בדורותיהם לבניהם ותלמידיהם הנמשכים והולכים באורחות חייהם.
הוד כ"ק רבנו הזקן האָט פותח געווען דעם דרך החב"ד, אַז יעדער איינער בעדאַרף אַליין טאָן, ניט פאַרלאָזען זיך אויף דעם רבי'ן אַז דער רבי וועט אַלעס טאָן און די חסידים בעדאַרפן זיין נאָר נמשכים אחריו און נהנים לאורו דורך אַ סיפור אָדער אַ ניגון מיט אַ ריקוד.
דער דרך החב"ד איז אַז יעדער איינער זאָל אַליין טאָן אין אַלע עניני עבודה, יעדער איינער כפי מעלת חושיו ומדריגת מדותיו. עס קען אַמאָל טרעפן אַז באמת האָט מען אַ המשכה עצמית נאָר עס איז זייער מוסתר ונעלם, אַז אין די כחות הגלוים איז דאָס זייער בעהאַלטן, דאַרף מען בעטען דעם אויבערשטען אַז מען זאָל דאָס דערהערן.
ח. החסיד ר' מיכאל דוואָרקין שי'8 ניגן הניגון הידוע של ר' מיכל'ע זלאָטשעווער9, וסיפר כ"ק אדמו"ר שליט"א: אַמאָל האָט ר' מיכאל שי' דוואָרקין געזונגען ר' מיכל זלאָטשעווער'ס ניגון פאַר הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק10, האָט ער געזאָגט אַז ער האָט הנאה געהאַט פון דעם ניגון, אין דעם ניגון הערט זיך בעל שם.
ט. (נמשך הדיבור אודות ההנהגה בבית רבי בעת שדרו בראָסטאָוו, וסיפר כ"ק אדמו"ר שליט"א:) אַמאָל פאַר פסח איז הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַריינגעגאַנגען אין חדר וואו מען האָט גע'כשר'ט די כלים אויף פסח, מען האָט גע'כשר'ט די פסח'דיגע כלים אויך. בשעת דעם כשר'ן האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַכטונג געגעבען אויף דעם סדר ואופן ההגעלה.
בעת מען האָט גע'כשר'ט דעם סאַמאַוואַר האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אַריינגעוואָרפען עטליכע אָנגעגליטע שטיינער אין די וואַסער, אַז עס זאָל זיצען, און געעפענט דעם קראַן (ברזא) פון וואַנען עס גייט אַרויס די וואַסער; האָט זיך די הייסע זודיגע וואַסער אַ גאָס גיטאָן אויפן האַנד פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק11. ר' מיכאל שי' וועלכער איז דערביי געשטאַנען האָט אַ געשריי געטאָן: אַיי רבי! איר בריהט זיך די פינגער.
האָט אים הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געענטפערט מיט זיין הייליגען פנים צהובות: די פינגער זיינען דען ניט קיין חסידישע? אַ חסיד סיי עס איז קאַלט, סיי עס איז הייס12, דאַרף אים ניט אָפּהאַלטען פון דעם וואָס מען בעדאַרף.
כ"ק אדמו"ר שליט"א פנה להחסיד ר' מיכאל דוואָרקין שי' ואמר: איך בין דיר זייער און זייער מחזיק טובה, אַז מען געדיינקט אַזאַ וואָרט און מען רעדט אים איבער מיט דעם הרגש פנימי ווי בעת מען האָט אים געהערט, בריינגט דאָס אַ
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.