177

שמח"ת תש"ח בסעודת היום

א. מיר זיינען ביידע בטוחים: איך בין אַ בטוח אַז איך וויל אייך געבען און איר זייט אַ בטוח אַז איר וועט נעמען, נאָר דער עיכוב איז מצד הזמן, די הגבלה פון זמן; דער זמן פון שמח"ת איז זייער יקר און מען קען אים ניט אויסציען. איך אייל זיך, ווייל ביני לבין עצמי האָב איך נאָך ענינים וואָס איך דאַרף משלים זיין, וואָס איז שייך צו דעם יו"ט שמח"ת; וועל איך ריידען בקצרה.

ב. חסידים דאַרפען קובע זיין זמן אויף אריכות התפלה, איינמאָל אין 8 טעג, אין צען טעג, שבת און בכלל אין אַ עת המוכשר.

מען ווערט דאָך פאַרפּראָסטעט, מצד העדר העבודה און העדר ההרגש פילט מען מעלת עצמו און מען זעט חסרון הזולת. דאַרפען דאַרף זיין, אַז מען זאָל זען מעלות הזולת און חסרון עצמו. אמת, מען דאַרף מעלות עצמו אויך ניט פאַרלייקענען, אָבער דאָ דאַרף שוין זיין אַ מדידה אויף וויפיל דער קלוגינקער האָט ניט קיין יד אין דעם.

ג. החסידים הגבירים ר' ישעי' ברלין1 און ר' יעקב הורוויץ2 האָבען אַמאָל געמאָנט ביי הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פאַרוואָס ער איז מיר מסכן אין שליחות'ן פון עניני הכלל מיט אַזויפיל מסירת נפש.

די מעשה איז אַזוי געווען3:

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיר געשיקט אין אַ שליחות פון עסקנות הכלל אין פּעטערבורג. דאָרט האָב איך זיך געדאַרפט טרעפן מיט אַ מיניסטער, אַ רשע מרושע, ער איז געווען אַ רבי פון סטאָליפען הצורר.

דער מיניסטער מיט וועלכען איך האָב זיך געדאַרפט זען, האָט געוואוינט הינטער פּעטערבורג אין דעם געגענד וואו עס האָבן געוואוינט די קניאזען (פירשטען), יעדער האָט זיך דאָרט געהאַט זיין פּאַלאַץ מיט אַ גאָרטן און אַ סאַך הינט.

גראָד איז אַזוי אויסגעקומען, אַז איך האָב געקענט זען דעם מיניסטער נאָר פרייטאָג צונאַכט. בין איך פרייטאָג בייטאָג דאָרט צוגעפאָרן, קיין גאַסטיניצע (האָטעל) איז דאָרט ניט געווען, בין איך אַריין צו אַ טראקטאר און געגעבן דעם חאזאיען (בעל הבית) אַ פיינע מטבע, אים געגעבן באַהאַלטן מיין טלית, ווייל איך האָב געדענקט אַז איך וועל דאָרטן דאַרפן בלייבן דעם גאַנצן שבת. איך האָב דערציילט דעם גוי וואוהין איך דאַרף גיין ביינאַכט, און אים געבעטן ער זאָל מיר דאָרט צופירן און דערנאָך צוריק אָפּפירן, מחמת אין פּעטערבורג זיינען די וועטערן ניט קביעות'דיג, אָט רעגענט, אָט

הערות

  1. 1. מריגא. חתן אחות כ"ק אדמו"ר מהר"ש (הרבנית ראדע פריידע). נפטר בקיץ תרס"ח. ראה אודותו: אגרות-קודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ב ע' תשאתשב. ובהנסמן במפתח שמות אנשים לאגרות-קודש שם ח"ה. נזכר בספר השיחות תש"ב ע' 98. ס"ע 117. תש"ה ע' 24. ע' 28. ע' 30 ואילך. ע' 41. ועוד.
  2. 2. מריגא. נזכר בספר השיחות תש"ב ע' 97 ואילך. תש"ד ע' 18. תש"ה ע' 24. אגרות-קודש ח"ח ס"ע קי ואילך. ועוד.
  3. 3. ראה ר"ד כ"א סיון תש"ו (לעיל ע' 51). וראה שיחת כ"ד טבת תשי"א (תורת מנחם התוועדויות ח"ב ע' 174 ואילך). יו"ד שבט תש"כ (לקו"ש ח"ו ע' 287 ואילך). י"ב תמוז תשמ"ה (התוועדויות תשמ"ה ח"ד ע' 2457 ואילך).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.