72
ומזכך זיין, וואָס דאָס איז נאָר דורך עבודת התפלה.
חסידים דאַרפען טאָן אין עבודת התפלה, מ'דאַרף אָנפאַנגען דאַוונען. דער טאַטע האָט געזאָגט ביי אַ פאַרבריינגען בשנת תרנ"ו1 אַז דער וואָס טוט אין עבודת התפלה — איז דער רבי און אַלע רביים בענטשען אים; און דער וואָס טוט ניט אין עבודת התפלה זאָגט מען אים: צא מכאן, מ'וויל דיך דאָ ניט האָבן, דו זאָלסט אין די ד' אמות ניט זיין. און נאָך שאַרפע רייד וואָס מען קען זיי ניט איבערזאָגן.
ער האָט יעמאָלט גערעדט באריכות גדולה וועגן דאַוונען: אַ משכיל וואָס לערנט חסידות און דאַווענט ניט, זאָג איך אים: צא מכאן, איך וויל דיר ניט אין מיינע ד' אמות. ער האָט גערעדט זייער שאַרפע דיבורים וואָס איך וויל זיי נישט איבער'חזר'ן.
חוץ דעם וואָס מען האָט אַסאַך מאָל גערעדט אַז אויב ער טראָגט דאָס ניט אַראָפּ אין עבודת התפלה איז פאַרשטייט ער גאָרניט — די השכלה און די הבנה זיינע איז קיין השכלה והבנה נישט, איז בכלל טויג דאָס ניט — דער עיקר איז עבודה בפועל.
בכדי עס זאָל זיין די עבודת התפלה כדבעי, דאַרף טאַקע פריער זיין קריאת שמע שעהמ"ט, מאַכען אַ חשבון הנפש, און סוף כל סוף דאַרף מען קומען צו דער מסקנא ווי ר' הענדל2 האָט געזאָגט בשם ר' גרשון בער3, אַז מען דאַרף ווערען אַ אַנדערער. ער האָט געזאָגט צו זיך: ווער אַנדערש, דער מאָרגען זאָל זיין אַנדערש ווי היינט.
ג. בשמע"צ אומרים: "שמיני עצרת החג הזה", איז דאָך אַ שאלה אַלע ימים טובים זאָגט מען פריער חג (כמו: חג המצות, חג השבועות, וכו'), און פאַרוואָס שמיני עצרת זאָגט מען ("שמיני עצרת החג הזה") דער חג שפּעטער4, נאָר שמיני עצרת אַליין מאַכט דעם חג5. דער אויבערשטער איז שמח וואָס ער האָט אָפּגעטאָן אַ גוטע שטיקל אַרבעט, ער האָט אַלע אידען געגעבן אַ גוט יאָר.
כי בר"ה איז דאָך ספרים נפתחים6, און די תובעים מאָנען און זייער טענה איז דאָך אַ ריכטיגע. וואָרום ביי דעם איש הפשוט איז דאָך דער אלול ניט אַנדערש ווי חודש אב און ימי הסליחות ווי אלול, און אַזוי ר"ה, עשי"ת, יוהכ"פ, און די ד' ימים שבין יוהכ"פ לסוכות. אָבער אַז עס קומט סוכות איז ער גאָר אַ אַנדערער: ער גייט אין סוכה הגם עס איז אַ רעגן וואָס עפ"י דין איז ער דאָך פטור7, ער ווערט אַריינגערעגנט, ער טוט דאָס מחמת אהבה8. ער שטייט אויף 6 אַזייגער בענטשען אתרוג. אַ אתרוג האָט ער ניט, לויפט ער אין שול בענטשען אתרוג און דאַוונען. ער פאַר'משכון'ט די כלי המלאכה אויף צו קויפן אַ ביסל משקה אויף יו"ט. און אַז עס קומט שמע"צ טאַנצט ער מיט די ס"ת מיט צעריסענע פּאָדעשוועס, און קוקט ניט אויף די
הערות
- 1. ראה גם שיחת י"ט כסלו תש"ו ס"ד (לעיל ע' 17).
- 2. ראה אודותו לעיל ע' 5.
- 3. ראה לעיל שם. וש"נ.
- 4. ראה גם שיחת ליל שמח"ת ה'שי"ת (לקמן ס"ע 374 ואילך).
- 5. נוסחא אחרת: שמע"צ איז אַליין אַ יו"ט.
- 6. ראה ר"ה טז, ב.
- 7. ראה משנה סוכה כח, ב. רמב"ם הל' סוכה פ"ו ה"י. טושו"ע או"ח סתרל"ט ס"ה ואילך. שו"ע אדה"ז שם סי"ז; סכ"א ואילך.
- 8. ראה גם לקו"ש חכ"ט ע' 211.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.