45

את הנראה10, ביי וועמען איז דאָס געווען, ביי "וכל העם", אנשים פשוטים. די לומדים און גאונים — זיי האָבן ערוואַרט צו הערן ביי מ"ת אַ חידוש, אַ פלפול, וואָרום עס זיינען דאָך געווען לומדים פאַר מתן תורה אויך, ווי חז"ל זאָגן11: "אברהם כו' יושב בישיבה כו' היו במצרים ישיבה עמהם" — לומדים און מצרים, נאָר מצרים'דיגע לומדים, אַז זיי זיינען געקומען צו מ"ת האָבען זיי געמיינט אַז זיי וועלן הערן אַ חידוש, אַ פלפול.

ווער האָט דערהערט, אַז דורך תורה קען זיין רואים את הנשמע און שומעין את הנראה — די אנשים פשוטים, "וכל העם רואים". און די לומדים זיינען געבליבן פּעטאַכעס12...

מען האָט אַמאָל געהערט ווערטער וואָס אפילו אין דער היים האָט מען עס ניט געקענט ריידן בגלוי נאָר בסתר.

ג. אַמאָל אין רוסלאַנד זיינען חסידים געווען רייך אין גשמיות און אין רוחניות, מען האָט געבעטן אויף גשמיות אָבער קיין סאַך האָט מען ניט פאַרלאַנגט, און עס האָט ניט געפעלט מער ווייניגער, זיינע יענעמס. און רוחניות האָט מען אַודאי געהאַט, מען איז געלעגען אין עבודה און מען האָט געהאַט אַ חיות אין דעם, משא"כ במדינה זו חסר לגמרי ענין עבודה הרוחניות.

די סיבה אויף דעם איז די היגע סביבה, דער יעוז בהוותו13, עס איז אַלץ ווייניג, נאָך און נאָך, איך בין דאָך ניט קיין אַרומלויפער, איך זיץ ביי זיך אין חדר, דאַכט זיך וועמען זע איך, וועמען הער איך, מ"מ בין איך צובראָכן פון דעם מצב אַרום, די הגברת החומר על הצורה וואָס איז דאָ ביי די היגע אידן, הגם זיי האָבן מעלות, זיי גיבן אויף הצלה און אויף פערשידענע החזקות, אָבער...

היינט שטעל איך מיר פאָר די צובראָכנקייט פון אַ בן תורה ושומר מצוות און בפרט אַ חסידישן איד וואָס גייט אין גאַס און זעט צו דעם אַרום, וואָס פאַר אַ צובראָכענקייט עס פועל'ט אויף אים וכו', עס איז אַ רעכטער עונש...

ד. פונדעסטוועגן האָבען די היגע אידן אַ סאַך מעלות, דעם דרך ארץ פנימי וואָס זיי האָבן פאַר אַ בן תורה און זיי זיינען חובבי תורה און שעמען זיך ניט דערמיט, אדרבא זיי יחוס'ן זיך דערמיט און זיינען מקרב בני תורה מיט אַ דרך ארץ פנימי, און אַ אמת דערהערן זיי און אַ שקר דערפילן זיי.

בני תורה בכלל און תלמידי התמימים בפרט האָבן דאָ געקענט אַ סאַך אויפטאָן אויף מכניס זיין אור, הגם מען האָט ב"ה אַ סאַך אויפגעטאָן, אָבער עס קומט גאָר ניט צו דעם וואָס מען האָט געקענט אויפטאָן, עס איז גאָר באין ערוך.

מילא די ראשי ישיבות האָבען אויף זיך אַ שטאַרקען עול, און האָבען גענוג עגמ"נ, בפרט דער וואָס איז טאַקע מסור ונתון, איז פאַראַן ווייניג נחת, עגמ"נ פון ב"ב, עגמ"נ פון בעלי בתים אין שטאָט, און דער גרויסער חוב וואָס ליגט אויף זיי און נאָכאַלעמען מאָנט מען נאָך ביי זיי, אָבער די תלמידי התמימים האָבען דאָך געקענט אַ סאַך אויפטאָן.

וויפיל הונדערטער תפילין מען האָט געקענט אָנטאָן אידן, איך מיין ניט

הערות

  1. 10. ראה מכילתא עה"פ. וראה לקו"ש ח"ו ע' 120 הערות 65; ע' 122121.
  2. 11. יומא כח, ב.
  3. 12. שוטים.
  4. 13. ע"פ תהלים נב, ט.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.