32
ב. וכל המרבה לספר וכו' הרי זה משובח.
(בשם אביו כ"ק אדמו"ר נ"ע) אין פלוג וואָס איז דער ענין פון סיפור יציאת מצרים, אויב בלויז וואָס דאָרט איז געווען עבודה בפרך אין גשמיות און נאָכדעם איז מען דערפון בעפרייט געוואָרן, איז צוליב דעם אַליין וואָלט מען ניט קובע געווען דעם ענין הסיפור פון יציאת מצרים לדורות.
עס איז פאַראַן דיבור און עס איז דאָ סיפור, דיבור קען זיין בקיצור אין עטלעכע ווערטער, וואָס די עטלעכע ווערטער קענען אַמאָל מכיל זיין די גאַנצע אריכות, אָבער סיפור מיינט דערציילען יענעם, אַז דער אַנדערער זאָל דאָס פאַרשטיין, אויב ער פאַרשטייט ניט מיט איינמאָל דאַרף ער זאָגען נאָך אַמאָל, אויב ער פאַרשטייט ניט מיט די ווערטער דאַרף ער אים זאָגען מיט אַנדערע ווערטער.
דער עצם פון יעדען אידען איז דאָך זייער גוט און זייער הויך, מ'קען דאָך גאָר ניט איבערגעבען אין ווערטער ווי הויך יעדער איד איז מצד העצם, אָבער אין גילוי קען דאָך זיין, אַז מען איז ניט ווי מ'דאַרף, אָבער דורך דעם וואָס מען איז מרבה לספר ביציאת מצרים ווערט אויך דער "זה" אַ משובח2.
און דאָס איז דער פירוש וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משובח.
ג. הגיע זמן קריאת שמע של שחרית.
עס איז פאַראַן קריאת שמע שעל המטה און עס איז דאָ קריאת שמע של שחרית, עס איז דאָ אַ גרויסער חילוק פון קריאת שמע של ערבית בכלל און קריאת שמע שעל המטה בפרט און קריאת שמע של שחרית3.
אַז די רביים האָבען דערציילט ביציאת מצרים כל אותו הלילה, האָט אָנגעהויבן צו לייכטן ביי די תלמידים די מדריגה פון קריאת שמע של שחרית4.
ד. אראב"ע וכו' עד שדרשה בן זומא.
ביי ראב"ע איז געווען, ולא זכיתי, עס האָט ניט געלויכטען דער יציאת מצרים, בלילות אין גלות5, פאַרוואָס ווייל ראב"ע איז געווען אַריינגעטאָן נאָר אין גליא שבתורה, וואָס הגם מצד גליא שבתורה איז אויך פאַראַן דער ענין פון גאולה, אָבער דאָס איז אַ גלות'דיגע גאולה. עד שדרשה בן זומא וואָס דאָס איז פנימיות התורה6, וואָס דאָס טוט אויף אַז דער ימי חייך זאָל זיין אַ כלי צו דעם כל ימי חייך להביא הלילות, ליכטיג מאַכן דעם גלות ביז דעם ענין פון להביא לימות המשיח, אַז ניט נאָר זאָל מען וויסן די כוונה פון גלות, נאָר אויך די כוונה פון גאולה זאָל לייכטן אין גלות7.
ה. צא ולמד.
אַז דער אַלטער רבי איז געקומען פון מעזריטש האָט מען אים געפרעגט, וואָס האָסטו דאָרטען גענומען, האָט ער געענטפערט1 דאָרט האָט מען מיר גע
הערות
- 2. ראה גם ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת ע' 225 (הועתק ב"היום יום" יז ניסן). שם ע' 262. שיחת ליל ב' דחה"פ תש"ז (לקמן ע' 104 ואילך).
- 3. ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 88. תש"ה ע' 83.
- 4. ראה גם רשימת היומן חג הפסח תרצ"ב ("רשימות" חוברת לח ע' 6). ספר השיחות תרצ"וחורף ה'ש"ת שם. תש"ג ע' 81. לקמן ע' 105. לקו"ש ח"ב ע' 540.
- 5. ראה גם ספר השיחות תש"ג ע' 71.
- 6. ראה גם ספר השיחות תש"ד ע' 89.
- 7. ראה גם ספר השיחות תש"ג ע' 72.
- 1. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.