21

מוהר"ש פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק עסן פרייטאָג צונאַכט און אויך שבת בייטאָג אין הויז פון כבוד אמי זקנתי הרבנית רבקה, אין די שפּעטערדיקע יאָהרען פלעגט ער דאָרטן עסן בלויז שבת בייטאָג.

ו. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט צינדן די חנוכה ליכט ביים טיר צווישען איין חדר צום צווייטען, און האָט ניט ליב געהאַט אַז אימעצער — ניט פון די בני בית — זאָל זיין דערביי9. נאָכן אָנצינדן פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק בלייבן זיצן ביי די ליכטלאַך אַרום אַ האַלבע שעה10. נאָכדעם פלעגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק גיין אַהיים און לערנען אַ שעה, אַ שעה און אַ האַלב אַ שיעור גמרא11. ניט דוקא פון ענין חנוכה, נאָר על סדר הש"ס וואָס ער האָט געלערנט.

ז. ווען12 הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט דאַרפן אַוועקפאָהרן פון דערהיים חנוכה, פלעגט ער אָנזאָגן כבוד אמי הרבנית13, אַז הגם זי וועט הערן חנוכה ליכט בענטשן פון אַן אַנדערן — מהגברים — פונדעסטוועגן זאָל זי אַליין באַזונדער אָנצינדן חנוכה ליכט14.

ח. בבית רבי פלעגט מען זיך נוהג זיין אָנצוהייבן בענטשן חנוכה ליכט פאַר זיך נאָך פאַר ברמצוה אַרום אַ יאָהר — צוליב חינוך. איך געדיינק ניט אויף זיכער ווען איך האָב אָנגעהויבן בענטשן חנוכה ליכט פאַר זיך, אין יאלטא15 אָדער תיכף נאָך יאלטא.

ט. אַמאָל האָט אַ חסיד משבח געווען אַ צווייטן חסיד פאַר הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ — עס איז דערביי אויך געווען הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש — און געזאָגט אויף איהם אַז ער לערנט חסידות. האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ געזאָגט: בעסער ווי גאָרניט, אָבער וואָס האָט חסידות איהם געלערנט.

איינמאָל האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש משבח געווען פאַר הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ איינעם אַז ער טוט אין חסידות. האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק הצ"צ געענטפערט: נו, און וואָס האָט חסידות געטאָהן אין איהם.

י. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט געזאָגט, אַז ער האָט מער מקבל געווען פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש ביחידות ווי ברבים, נאָר ער האָט דאָס ניט פאַרשריבן, ווייל ער האָט זיך פאַרלאָזט אויף זיין זכרון, שפּעטער האָט איהם באַנג געטאָהן וואָס ער האָט דאָס ניט פאַרצייכנט.

הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז געווען אַ בעלזכרון.

יא. חסידות איז מטהר טמאים. וואָס טמאים איז, דאַרף מען זאָגן בחשאי.

הערות

  1. 9. נתבאר בשיחת ש"פ מקץ, זאת חנוכה, תשט"ז.
  2. 10. ראה "רשימות" שם. "היום יום" כה כסלו.
  3. 11. ב"רשימות" שם: ש"הי' לומד גמרא בסמוך להם". וראה גם שיחת ליל ב' דחנוכה תשמ"ב (התוועדויות ח"ב ע' 598 ואילך).
  4. 12. ראה לקו"ש ח"ל ע' 312. שיחת וא"ו תשרי תשל"ה.
  5. 13. הרבנית הצדקנית מרת שטערנא שרה. ראה אודותה — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 13 הערה 12].
  6. 14. צ"ע בברכה או לא.
  7. 15. בשנת תרמ"ו (ראה מפתח מאמרי מהורש"ב ע' 7 [בהוצאת תשמ"א — ע' נח. לקמן ע' 369. ע' 395. וראה ספר השיחות שם הערה 11. וש"נ).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.