ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתרפ"ח-תרצ"אספר השיחות — תרצ"אי"ט כסלו186

186

מענטש מיט גאַנצע פיס און אייגענע הענט, אזוי דאַרף דאָך זיין, מיא דאַרף זיין געזונט. געוויס כל נשמה תהלל י"ה21 על כל נשימה ונשימה צריכים להלל ולשבח להשי"ת22. אָבער ניט דאָס איז אַ ענין פון אַ צופרידנקייט. וכן הוא ברוחניות אַז מיא זעט אַ אידן וואָס ב"ה לייגט תפילין היט שבת עסט כשר טהרת המשפחה, לערנט אַ בלאַט גמרא לערנט משניות עין יעקב מדרש, ב"ה ער גייט ניט אויף קאוילעס, אַזוי דאַרף דאָך זיין.

די צופרידנקייט און די מדת ההסתפקות אין רוחניות איז געוואָרן גאָר די לעצטע צייט אַז עס איז בא סנחרב ובלבל את העולם23, עס זיינען געוואָרן ירא שמים'ס מיט היתירים, דאָס האָט דער מתיר געווען און עס איז געוואָרן א מדת חסידות, פונדעסטוועגן אפילו אַ מתנגד וואָס לערנט קיין חסידות ניט און וויל ניט וויסן וואָס חסידות איז, טוט דאָס ניט, וויילע ער איז אַ ירא שמים אָן היתירים. דער אַנדערער האָט מתיר געווען חמאה מן השוק כו' וכו', אַ וועלט פון ירא שמים'ס מיט לכתחילה'דיקע בדיעבד'ן.

אונטער די יונגעלייט איז פאַראַן אַ גרויסער חלק וואָס זיי קאָנען ב"ה זיין יראי אלקים אָן הכשרים צעטלעך, די יונגעלייט זיינען געזונטע אברים אין דעם אידישן קערפּער, אַז עס וואָלט ניט געווען קיין נקרש הדם ווי מיא האָט גערעט24, וואָלטן די אַלע אברים געלעבט מיט אַ חיות פנימי, צו זיי קען מען אין דעם אופן און אין דעם מצב גאָר קיין טענות ניט האָבן, זיי זיינען נאָך אין דער דרגא פון אפרוחים שלא נפתחו עיניהם25, זיי האָבן נאָך ניט געזען קיין אור, מיא האָט אויף זיי ניט געהאָרעוועט אויף ווייזן זיי דעם דרך החיים, אדרבה זאָל מען זיי ווייזן אור, זאָל מען זעך מיט זיי פאַרנעמען.

אמת זיי דאַרפן אַליין טאָן זייער זאַך, ריידן מיט יונגע לייט און מעורר זיין אויף שמירת התורה ומצוה, זיי דאַרפן מאַכן רעדלעך אין די גאַסן און ריידן מכח שמירת שבת מכח הנחת תפילין מכח טהרת המשפחה. זיי דאַרפן ריידן אויף זייער שפּראַך, אויף דער שפּראַך פון יונגע לייט וואָס עס איז ב"ה פועל מיט יונגן קראַפט, מיט דעם יונגן פייער, מיט דעם טעמפּ און קאָך פון יונגע לייט. אָבער מיא דאַרף זיי אויך לערנען, זיי דאַרפן וויסן אַז דאָס וואָס מיא רעט איצטער וועגן שמירת שבת הנחת תפילין כו' איז דאָס ר"ל ווי אין אַ מגיפה צייט ווען עס גייען אום ר"ל שלאַפקייטן ה"י רעט מען וועגן שמירת הבריאות אָבער אין אַ געזונטער צייט רעט זעך גאָר ניט וועגן אַזעלכע זאַכן, איצטער ביז השי"ת וועט העלפן אַז עס וועט זיך פאַרבעסערן דער מצב ישראל ברוחניות דאַרפמען מכח דעם ריידן, אָבער דער עיקר רייד דאַרף זיין אַז מיא זאָל שטייגן אין לערנען און חיזוק שמירת המצוות. ברור הדבר אַז די בעלי בתים בעלי עסקים וואָלטן זעך גענומען צום לערנען וואָלט דאָס געגעבן אַ לעבן יונגע לייט אויך אַז זיי זאָלן שטייגן העכער.

אַ אדם בריא איז אַז די אַלע אברים זיינען געזונט, ניט אַז מער ניט ווי די קאָפּ און האַרץ איז געזונט, אַלע אברים דאַרפן זיין געזונט. און אויב ח"ו די

הערות

  1. 21. תהלים קנ, ו.
  2. 22. ב"ר פי"ד, ט.
  3. 23. ראה ברכות כח, א.
  4. 24. לעיל ע' 177 ואילך.
  5. 25. לשון חז"ל — חולין סד, ב.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 4 עמודים.

  1. תורת מנחם בס"ד. שיחת י"ט כסלו ה'תשי"ד. חולין סד, ב
  2. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום א' פ' פינחס, י"ג תמוז ה'תשי"ט. חולין סד, ב
  3. תורת מנחם בס"ד. שיחת אור ליום ב' דחול המועד סוכות, ח"י תשרי חולין סד, ב
  4. תורת שמואל רפ חולין סד, ב