177
אויך, זיי האָבן נעבעך אויך געהאַט ל"ע גרויסע עניות ודחקות, און מכל מקום האָט מען געטאָן, עס איז געווען עבודה, רבנים האָבן געוואוסט אַז אויף זיי ליגט דער עול הקדש פון הדרכה, בעלי בתים האָבן געוואוסט אַז זיי דאַרפן הערן וואָס די רבנים זאָגן, עס איז געווען דער כבוד התורה און דער עול העבודה.
שוחטים האָבן געוואוסט אַז זיי זיינען עמודי בית ישראל21, זיי האָבן גיטראָגן אויף זיך עול תורה הן אַליין געלערנט אַ ריבוי זמן (לבד ההלכות והדינים המחויבים להיות בקיאים ולחזור עליהם תמיד22) און אויך געלערנט בחבורה פאַר בעלי בתים, בפרט חסידישע שוחטים זיינען געווען פאַרנומען מיט לימוד חסידות בכתב ובעל פה און מיא איז געלעגן אין דאַוונען. דאַוונען האָט פאַרנומען אַ גרויסן אָרט אין דעם עבודת היום, דער פאַרן דאַוונען מיט דעם נאָכן דאַוונען איז געווען אַ עבודה. דער דאַוונען אַליין איז געווען באַ חסידים אַ שכר טוב, אַז עס האָט זיך געדאַוונט האָט זיך געדאַוונט, עס האָט זיך געלעבט, און אַז עס האָט זיך ניט געדאַוונט, האָט זיך געוויינט, די האַרץ האָט געוויינט פאַר וואָס דאַוונט זיך ניט. אָבער דער פאַרן דאַוונען און נאָכן דאַוונען איז געווען אַ עבודה, מיא האָט ניט געהיילט, מיא האָט געוואוסט אַז דאָס איז דער מקור חיים, מיא איז געלעגן אין אַ בירור וזיכוך פון אַ מדה, מיא האָט געהאַלטן זיך אַליין אין האַנט, מיא האָט געקוקט אויף זיך אַליין זייער שטאַרק, ניט גינאַרט, מיא האָט דערהערט דעם אַנדערן, דעם אַנדערנס גשמיות און ווער רעדט דעם אַנדערנס רוחניות איז געווען זייער נוגע, מיא האָט אַליין געוואָלט לעבן אַ לעבן פון תורה ועבודה און מיא האָט געוואָלט אַז דער אַנדערער זאָל לעבן.
אַמאָליקער חיבת התורה און חיבת הקדש האָט אַרום גינומען די אידישע הויז, די טייערקייט פון אַ ערליכן אידן, די הייליגקייט פון די אותיות און נקודות22 איז געווען איינגיבאַקן ביי יעדער איד און אידענע. די גליקלעכקייט פון יעדער אידישער הויז אַז מיא האָט דערלעבט דעם קינד פירן אין חדר, צו אַ מלמד אַ ערליכן אידן מיט אַ חיות, וואָס האָט זיך מוסר נפש געווען איינפלאַנצן יראת שמים אָפּ גיסן נעגל וואַסער, שלאָפן אין יאַרמולקע, זאָגן ברכות, לייענען קריאת שמע, ענטפערן אמן יהא שמי' רבא, פאָלגן דעם טאַטן און מאַמען, בענטשן ציצית אויף דעם ארבע כנפות, און די פאות האָבן טאַטע און מאַמע אַכטונג געגעבן, די גרויסע שמחה פון בר מצוה, און דער גרויסער נחת רוח וואָס מיא האָט געהאַט פון דעם קינד וואָס איז אין דער ישיבה.
איצטער איז אוי מה הי' לנו, עס איז ביטער אויפן האַרצן, אַ ביטערע קעלט, אַ פראָסט אין דער אידישער הויז, פון אַלע זייטן בלאָזט אַ ווינט, עס איז דאָך אפילו נקרש הדם, פאַרקילטע בלוט. אַז מיא האָט געבראַכט אַ קרבן אין בית המקדש, און אַלץ איז געווען כשר כדינו והלכתו לשם זבח ולשם זובח23, בזמנו ובמקומו, האָט מען געדאַרפט טאָן שלא
הערות
- 21. ראה לעיל ע' 44.
- 22. ראה רמ"א יו"ד הל' שחיטה ס"א ס"א. שו"ע אדה"ז שם ס"ק יג. אגרותקודש אדמו"ר האמצעי ח"א ע' שיב.
- 22. ראה לעיל ע' 44. וש"נ.
- 23. זבחים ב, ב. מו, ב.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 3 עמודים.