157

זעהן וכשירצו לעשות איזה רעה ח"ו ללומדי תורה זאָל באַ זיי אָפּנעמען די הענט.

אַ גרויסער זון אַז ער זאָגט צום טאַטן, טאַטע איך בעט דיך זאָל זיין גינוג40, דאַרף זיך דער טאַטע צוהערן, על פי תורה טאָר מען אַ גרויסן זון ניט שלאָגן, ער דאַרף זיך צוהערן וואָס דער גרויסער זון זאָגט, טאַטע גענוג צו שלאָגן, עס איז ולפני עור לא תתן מכשול41 ווילן מיר אַז עס זאָל זיין תרצ"א מיט אַ אלף. אַלע אידן האָפן דאָך אויף משיח'ן, אָבער איך רעכין אַז מען דאַרף האָפן אויף דעם יאָר, מען דאַרף זעך גרייטן וכו', און די עצה איז תורה וואָס מגינא ומצלי42.

אחר כך קרא לצעירי אגודת ישראל (דפה ריגא) ואמר להם, איבער מאָרגן וועט ווערן דריי יאָר זינט איך בין געקומען אַהער42, נאָך וואָס איך האָב בעדאַרפט אַרויספאָרן פון דאָרטן ווייס איך ניט, צי דען האָט גיפעלט מלאכים די וואָס היטן אַלע אידן מכל צרה ופגע רע ח"ו וואָס זיי זאָלן מיר אויך אָפּ היטן בתוך כלל ישראל אַז מיא זאָל מיך ניט דערשיסן, אויף אַלץ איז דאָ מלאכים, נאָר אויף דעם האָט שוין געפעלט, איך האָב דען ניט געקאָנט שטיין דריי טפחים העכער פון דער ערד? איז נאָך וואָס איך האָב בעדאַרפט אַרויס פון דאָרטן ווייס איך ניט, נאָר צו וואָס איך בין געקומען אַהער איז מובן, זיי זיינען געוואָרן ב"ה אַפולע אַנדערש ווי פריער (געמיינט די צעירי אגודת ישראל).

מיט אייער שיטה והנהגה אינני מסכים כלל וכלל. כמו כן מיט דעם סדר הלימוד אייערן אינני מסכים כלל וכלל, נאָר צו אייך (געמיינט די צעירי אגודת ישראל) האָט דאָס ניט. איר דאַרפט מאַכן אייערע חדרים (תורה ודרך ארץ), אייערע גנים ופרדסים (עס איז אפילו ניט די פרדסים שעשה אברהם אבינו עליו השלום43), אָבער נאָך אייער שכל נאָך, נאָך אייער הדרכה ווי מען האָט אייך מדריך געווען איז דאָס געוויס גוט.

אַודאי דאַרפט איר אַליין ווערן בעסער, מיא דאַרף האָבן גאַנצע בערד און פאותן, די ציצית זיינען באַ אייך געוויס כשר'ע, און איר האָט בעזרת השם יתברך בכח ווערן ווי מיא דאַרף, דאָס איז בהנוגע צו אייך אַליין, אָבער דאָס וואָס איר דאַרפט טאָן מיט לייטן דאַרפט איר טאָן מיט חיות, זאָל זיין גנים זאָל זיין פרדסים אַבי זיי זאָלן זיין אידן.

אויב איך זאָל וויסן איין אינגל וואָס וויל לערנען אין אַ חדר ווי מען האָט אַמאָל געלערנט, וואָלט איך אָנגיווענדעט אַלע כחות ער זאָל צו אייך אין שול ניט אַריין פאַלן, און ראַטעווען אים פון אייערע הענט, און ער זאָל לערנען באַ אַ מלמד פון דער אַלטער וועלט, אָבער די קינדער וואָס קאָנען ח"ו אריין פאַלן ר"ל אין אַנדערע חדרים, וואָס זיי זעהען אויס פון דרויסן אויך אידיש, איז געוויס אַז מיא מוז אָנווענדן אַלע כחות אַז זיי זאָלן אָנקומען צו אייך, און מיא בעדאַרף אייך געבן כל המיני עזר ותמיכה אַז איר זאָלט האָבן מעגליכקייט אויסהאַלטן מער קינדער.

הערות

  1. 40. ראה גם ספר השיחות תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ס"ע 312.
  2. 41. קדושים יט, יד. וראה מו"ק יז, א.
  3. 42. סוטה כא, א.
  4. 42. ראה לעיל ב"מבוא" ע' ז.
  5. 43. ראה סוטה י, א. ב"ר פנ"ד, ו.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 13 עמודים.

  1. כתר שם טוב רמט מו"ק יז, א
  2. לקוטי שיחות 481 מו"ק יז, א
  3. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ מטות-מסעי, מבה"ח מנחם-אב ה'תשי"ב מו"ק יז, א
  4. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ מקץ, זאת חנוכה, ה'תשט"ז. מו"ק יז, א
  5. תורת מנחם בס"ד. שיחת מוצש"ק פ' בשלח, יו"ד שבט ה'תשי"ז. מו"ק יז, א
  6. תורת מנחם בס"ד. ש"פ מטות-מסעי, מבה"ח מנחם-אב, ה'תשי"ט מו"ק יז, א
  7. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ משפטים, מו"ק יז, א
  8. תורת מנחם בס"ד. ש"פ פינחס, כ"א תמוז, ה'תשכ"ו מו"ק יז, א
  9. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ אחרי, מבה"ח אייר, ה'תשכ"ב מו"ק יז, א
  10. שולחן ערוך יז מו"ק יז , א
  11. שולחן ערוך טז מו"ק יז, א
  12. תורת מנחם שיחת יום ב' דחג השבועות, ה'תשכ"ח מו"ק יז, א
  13. תורת מנחם שיחת יום ב' פ' בלק, י"ב תמוז, ה'תשכ"ח מו"ק יז, א