127

אויבערשטענ'ס ב"ה אַ צוזאָג, לא תגנוב148.

דער וואָס גלויבט אין דעם אויבערשטען ב"ה און בעט דעם אויבערשטען ב"ה אַז ער זאָל איהם העלפען, דאַרף ער דאָך גלויבען אַז דער אויבערשטער ב"ה וועט איהם געבען זיין פרנסה כשר, פאַרוואָס טוט ער אַזאַ זאַך וואָס איז געגען דעם אויבערשטענ'ס ב"ה צוזאָג.

נאָר וויילע אמונה איז מקיף, דער ענין פון מקיף איז אַז די ווירקונג איז אַ כללות'דיקע. אמונה איז טאַקע איינגעוואָרצעלט ביי יעדען אידען אין טיפען האַרצען, אָבער דאָס איז מעהר ניט וואָס עס נעהמט איהם אַרום במקיף, און די פעולה פון מקיף איז אַ כללות'דיקע, דערפאַר קאָן זיין דבר והיפוכו, ער גלויבט בהשי"ת אַז ער ב"ה איז דער זן ומפרנס149, און טוהט די עבירה פון גניבה, אָדער אַנ'אַנדער עבירה.

די הייליגע און גרויסע אמונה דאַרף דער איד אַריינטראָגען אין לעבען פאַרווירקליכען זי אין אַלע זיינע פיהרונגען. און דאָס איז דער מיין פון פסוק וואָס ער זאָגט והאמונה, די באַוואוסטע אמונה וואָס מ'טראָגט זי אַריין אין טעגליכען לעבען, אַז אַלע זיינע פירונגען זאָלען זיין לויט דער ליכט פון דער אמונה.

דערפאַר זאָגט ער והאמונה, ניט ואמונה, וואָרום אמונה הייסט די געבירטליכע אמונה, וואָס יעדער איד ווערט מיט איהר געבוירען, אָבער דאָס קאָן זיין דבר והיפוכו, ער גלויבט בהשי"ת און פונדעסטוועגען טוט ער אַ עבירה.

אָבער מיט דעם וואָס ער זאָגט והאמונה, מיינט ער אָט די געבירטליכע אמונה, וואָס מ'טראָגט זי אַריין אין טעגלעכען לעבען, דאָס הייסט, אַז דער טעגלעכער לעבען זאָל זיין לויט דער בעלייכטונג פון דער אמונה. יעמאָלט אַז די אמונה לייכט אין אַ פנימיות, קאָן ניט זיין דבר והיפוכו.

און דאָס איז והאמונה אזור חלציו, אַז די אמונה וואָס ער פיהרט דעם טעגליכען לעבען נאָך דער אמונה דאָס איז די ריכטיגע ריינע ירושה און אידישע קראַפט, וואָס עלטערען גיבען קינדער און יוצאי חלציהם לדורי דורות.

נא. די גרויסע הייליגע איבערגעבונג אַז די אמונה זאָל בעלייכטען דעם טאָג טעגליכען לעבען, איז אין דער האַנט פון די עלטערען, ווי זיי פירען זיך אַליין. דער חינוך פון די קינדער איז אָנגעהאָנגען אין דעם אופן לעבען און פירונג פון די עלטערען.

די אידען וואָס ווילען אַז זייערע קינדער זאָלען זיין אידען, דאַרפען זיי לערנען זייערע קינדער אויפן אַלטן סדר, קמץ א אָ, אָהן מעטאָדעס דאָס נעהמט אַראָפּ די גאַנצע הייליגקייט פון אותיות התורה150.

הערות

  1. 148. יתרו כ, יג. ואע"פ דפסוק זה מיירי בגונב נפשות (סנהדרין פו, א), מצינו שהשתמשו בו גם לענין גניבת ממון — ראה תורה שלימה עה"פ. וש"נ. וראה גם רא"ם משפטים כא, ו. לקוטי שיחות חלק יא ע' 89 הערה 6.
  2. 149. מדרש תהלים קלו, ח. מדרש משלי לא, ה. זח"ב קע, א. ברכה ראשונה דברכת המזון.
  3. 150. ראה לעיל ע' 44. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.