95
אַ פולע וואָס צו ריידן, עס איז איינע פון די וויכטיגסטע טיילן אין דעם דברי ימי החסידות, אָבער ניט דאָ איז די מעגלעכקייט דאָס גענוי אַרומריידן.
די תקופה האָט בעזונדער חשיבות'דיקע מאָמענטען, אַז אויך אין דעם דברי הימים און תולדות החסידות איז דאָס קובע מקום לעצמו, נאָר צוליב דעם ענין וואָס מי רעדט איצטער, וועט מען קורץ בערירן אייניגע פרטים פון דער תקופה.
ווינטער תער"ב איז דער טאַטע גיווען אין מענטאָן39. פאַר די ערשטע עטליכע וואָכען וואָס דער טאַטע האָט פאַרבראַכט אין מענטאָן, האָט ער זיך גוט אויסגירוהט, און זיין גיזונד צושטאַנד האָט זיך בעדייטענד פאַרבעסערט.
בעגלייטענדיק דעם טאַטען אין דער נסיעה, פון ליובאַוויטש ביז וואַרשא, האָט מיר דער טאַטע געזאָגט, אַז ער האָפט, זייענדיג אין מענטאָן וועט ער האָבען די גענוגנדע צייט אויף אַרומטראַכטען אַ טיפען נייעם ענין אין חסידות40.
די גאַנצע חסידות'ע משכיל'שע וועלט האָט דעם טאַטען בעצייכנט אַלעס דעם גאון אין השכלה פון חסידות.
החסיד מורי הרשב"ץ נ"ע41 האָט גירופען דעם טאַטען, דער רמב"ם פון חסידות42, וויילע יעדער ענין איז באַ דעם טאַטען אַ הלכה קבועה ומסודרה מיט דעם גאַנצען הסבר פון דעם ענין, דבר דבר על אופנו.
יעדער איינצלטער מאמר חסידות איז באַ דעם טאַטען אַ מעין פון ים החכמה, אַ מסכת שלמה.
זומער תרנ"ח זייענדיג אין דאַטשע באָליווקע פלעג איך פון דעם טאַטנס פאַרטראַכטקייט זיין איבערראַשט.
יעמאָלט פלעגט דער טאַטע אָפט בלייבן זיצן אין גאָרטן, פערטיפט אין מחשבות אייניגע שעות.
ווי ער האָט מיר נאָכדעם דערציילט, איז יעמאָלט בשעת ער איז גיזעסן אין גאָרטן האָט ער אַרומגיטראַכט דעם מאמר, יום טוב של ראש השנה מיט אַלע
הערות
- 39. בחדשי שבטאדר[ednref_34_*] — ראה אגרותקודש אדמו"ר מהורש"ב ח"ב ע' תרבתרכה. ובחנוך לנער ע' 15: תרע"ב — לרגלי בריאותו נוסע בחדש כסלו לברלין קרלסבאד רומי מענטאן. . לחה"פ שב לביתו.
- 40. ראה לקמן ע' 102101. ע' 105.
- 41. החסיד ר' שמואל בצלאל ב"ר שלום שבתי שעפטל. ראה תולדותיו ב"התמים" חוברת א ע' סז [לה, א] ואילך. וראה גם ספר השיחות: תר"פתרפ"ז ע' 29 ובהערה 9; תרצ"ו — חורף ה'ש"ת ע' 10. ע' 24 ובהערה 12. ע' 185. נזכר לעיל ע' 32. לקמן ע' 215. ס"ע 217 ואילך.
- 42. נתבאר בלקוטי שיחות חלק ז ע' 208. ועוד. וראה שיחת יג ניסן תשמ"ו. ועוד. [edn_34_*] מ"ש רבינו במכתב משנת תרפ"ה (אגרותקודש חי"ד ע' תלז. רשימות כ"ק אדמו"ר — ילקוט — חוברת ט ע' 4): "תרע"ב מענטאן, כשלשה שבועות", הכוונה, כנראה, להזמן שהי' רבינו ביחד עם אביו — ראה מכתב אדמו"ר מהורש"ב לרבינו מיום ה' כ"ז שבט תער"ב (אגרותקודש שלו ח"ב ס"ע תרכא): "וכפה"נ החלטת לנסוע אי"ה לפה". ובמכתבו מיום י"ט אדר תער"ב (אגרותקודש שם ע' תרכה): "בו"א [=בני ואישיך] יחי' איז אפגעפארין מפה יום ג' [=ט"ז אדר] בקר".
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.