35

דאַוונען אויך אַ טוב, אָבער ער איז נאָך ניט נראה ונגלה; און אין גשמיות איז אַ טוב נראה ונגלה. דער אויבערשטער זאָל אייך העלפן עס זאָל אַזוי גוט זיין אַז נאָך אַלע געשעפטן זאָל אייך בלייבן צייט אויף לערנען חסידות.

ג. [אמר לאחד:] דו ביסט געזונט און וועסט אי"ה זיין געזונט, נאָר די באָרד זאָלסטו ניט טשעפּען, דאָס טויג ניט, פע, דאָס זאָל מען ניט טשעפּען. און דו זאָלסט זאָגן אַלע טאָג דעם יום תהלים און די פרשה עם רש"י, וועסטו גיין אין מאָסקווע און קיינער וועט דיך ניט טשעפּען. אויב דו קענסט ניט לערנען אַליין די פרשה חומש עם רש"י וועסטו בעטן וועמען עס איז זאָל מיט דיר לערנען, נאָר חומש מיט רש"י קענסטו אַליין, קיין גמרא קענסטו ניט. [וצייר כ"ק אדמו"ר:] אַז מען האָט אים געוואָלט פאַרהערן בעת ער האָט געלערנט אין זאַל, האָט ער אויסגעשטעלט די אויגן, וואָס איז דאָס מיך אויך פאַרהערן?

דער רבי דער צ"צ איז דאָך אַ מרא דאתרא במדינת רוסיא, און ער פּסק'נט אַז דאָס איז אַ איסור דאורייתא8, במילא דאַרף מען די באָרד ניט טשעפּען, און זאָגן דעם יום תהלים9 במילא דאַרף מען שוין דאָך דאַוונען מיט אַ מנין, ואז יהי' לך טוב, ויתן לך השי"ת זרעא חייא וקיימא בשנה זו (כ"ק אדמו"ר נתן לו חתיכת בשר מבשר שלו לכוונה זאת).

[אמר לר' לייב, בעה"ב של חתנו הרש"ג:] ע"י חתני נודע לי שעקרת ביתך איז אַ ערלעכע, כי היא בת מלמד, און דאָס איז דער גרעסטער יחוס ביי אידן, וגם הוא איז אַ ערלעכער, אבל שיניח את הזקן, און זאָל זי ניט טשעפּען, אַ ערלעכער איד דאַרף ניט טשעפּען די באָרד, און ער זאָל זיך אַוועקגעבן אויף תורה, און גיין קלייבן געלט אויף תורה.

אַז דער רב האָט אַ ישיבה דאַרף ער געלט, און איך וועל אי"ה אויך מאַכן אַ ישיבה, מילא איך דאַרף קיין געלט ניט, איך האָב געלט, פאַראַן אַ איד פאַר צען טויזענט וויאָרסט און האָט פינף טויזענט רובל, געהערט דאָס צו מיר.

אָבער דאַרפסט זען אַז עס זאָל זיין געלט אויף תורה, איר האָט דעם וויגרעש10 ווי איינער וואָס האָט אַ וויגרעש און געווינט אויף אים אַ מיליאָן רובל, איז דאָך דער מיליאָן געווען אין דעם וויגרעש, וויבאַלד אַז עס קומט די צייט פון געווינס קריגט ער פאַר עם דעם מיליאָן רובל, נאָר אַ נאַר פאַרקויפט עס מיט אַ האַלבע שעה פריער פאַר'ן געווינס, אָט אַזוי איז איר האָט דעם וויגרעש איר דאַרפט קלייבן געלט אויף תורה.

הזקן רומז לבחינות עליונות, בחינת עתיק, י"ג תיקוני דיקנא11, ווי האָט מען קיין מורא ניט טשעפּען זיך מיט דעם בכלל אַ איד דאַרף טראָגן אַ באָרד.

הערות

  1. 8. שו"ת צ"צ יו"ד סצ"ג. וראה גם חידושיו על הש"ס מכות פרק ג. פסקי דינים ליו"ד סקפ"אב. וראה מכתב רבינו — נדפס בקובץ יגדיל תורה ניו יארק שנה ז חוברת נד ע' רסג ואילך. אגרותקודש כ"ק אדמו"ר שליט"א ח"א ע' ד ואילך. חי"ט ע' פה (ושם: "אדמו"ר הצמח צדק [דהלכה כמותו בכל מקום, ובפרט בהנוגע לאנ"ש ואלו שזכו ליהנות מאור תורת החסידות]").
  2. 9. ראה ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 116. ובכ"מ.
  3. 10. כרטיס הגרלה.
  4. 11. ראה רשימות הצ"צ לתהלים אוה"ת (יהל אור) ע' תרכו ואילך. ועוד. לקוטי שיחות חכ"ג ע' 303. וש"נ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.