99
ונתון לתורה, מ'זאָל ניט זיין אויסגערעכנט וויפל צו לערנען, נאָר אויסרעכענען וויפל שלאָפן און עסן און די איבעריקע לה'. און די וואָס האָבן אים געקענט, זאָלן באַ זיך חוקק זיין צורתו, הן בעת זיי וועט זיין זייער גוט והן בעת צרה ח"ו21.
ועתה נדבר מהענין: עס שטייט22 "כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל", באַ די אידן איז "תאמר — אמירה רכה"23, באַ זיי בעט מען זיך, אייך איז "ותגיד — דברים הקשים כגידים"23, איז זאָלט איר וויסן אַז איר זיינט אין תומכי תמימים, דער וואָס איז אין די ד' אמות (פון תומכי תמימים) איז ניט בהזדמנות.
בשעת דער טאַטע האָט געדאַרפט מייסד זיין תומכי תמימים בשנת תרנ"ז, האָט ער מיר געזאָגט: שוין צען יאָר אַז איך טראַכט וועגן דעם און געוואַלגערט זיך באַ דעם זיידן און באַ דעם טאַטן24.
איר פאַרשטייט, אַ זיידע אַ טאַטע צען יאָר האָט ער געטראַכט.
פאַראַן גדולים וואָס האָבן געמאַכט ישיבות און לערנען תורה אָן אַ טאַטן און אָן אַ זיידן; דער טאַטע האָט געזאָגט אַז ער האָט ניט געמאַכט תומכי תמימים אויף מגדיל זיין לימוד התורה, תורה האָט ניט געפעלט באַ אידן, עס איז געווען ישיבות. תומכי תמימים האָט מען געמאַכט אַז די וואָס לערנען תורה זאָלן זיין אנשים25.
זאָלט איר וויסן אַז איר לערנט אין תומכי תמימים, איז וועגן גשמיות דאַרפט איר אוודאי ניט טראַכטן, איר זאָלט ניט טראַכטן וועגן קיינע תכליתים, מ'האָדעוועט אייך אויף מס"נ, איר זאָלט זיין פּלייצעס אויף וועמען אונטער צושטעלן, איר זאָלט וויסן אַז איר זייט אין פּעקל, באַ די אידן בעט מען זעך, בא אייך איז "ותגיד — דברים הקשים כגידים". בין כך ובין כך זייט איר עלול אויף מס"נ, אפילו די וואָס זיינען נדחה געוואָרן.
אויף דעם רבי'ן דערציילט מען, אַז ער האָט געזאָגט אַז דער וואָס האָט זיך געהאַלטן אָן זיין קליאַמקע וועט ניט שטאַרבן אָן תשובה26, דער רבי דער טאַטע האָט געזאָגט27, דער וואָס האָט געגעסן אַ חסידישן שטיקל ברויט כו', וואָס דאָס איז שלח לחמך על פני המים28, ווען וועט דאָס זיין איז דאָס ניט נוגע, מיר איז דאָס יע נוגע, ער וועט זיך אומקערן, טאַנצט ער שמח"ת כו'.
אייך האָדעוועט מען אויף מס"נ, עס דאַרף זיין אָן בליטות אָן התפּעלות קאַלטע בראַנד, זיצן דאַרפט איר אין
הערות
- 21. ראה גם לעיל ס"ע 9. וש"נ.
- 22. יתרו יט, ג.
- 23. פרש"י עה"פ.
- 24. ראה לקוטי שיחות ח"ב ע' 484: בנוגע לפועל, הי' כ"ק מורי וחמי אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, המציע לאביו, כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, לייסד ישיבה. אחרי דין ודברים שהי' ביניהם, נסע כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) על האוהל (כך שמעתי סתם מכ"ק מו"ח אדמו"ר. ובודאי הכוונה להאוהל בליובאוויטש — היינו כ"ק אדמו"ר ה"צמח צדק" וכ"ק אדמו"ר מהר"ש — זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע), ובבואו משם אמר לכ"ק מו"ח אדמו"ר כי מקבל ההצעה.
- 25. ראה קונטרס עץ החיים פרק כב: יסוד אגודתינו אינו להגדיל ולהרחיב עסק התורה הנגלית כ"א זאת היא תכלית יסוד אגודתינו, אשר הבחורים העוסקים בתורה הנגלית יהיו יהודים (אידען) יראים ושלימים עם ה' ותורתו. וראה גם שיחת מוצאי ט' באב תרפ"ט. לקוטי שיחות חי"ד ע' 316317.
- 26. ראה לעיל ע' 58 ובהנסמן שם הערה 31.
- 27. ראה לעיל ע' 58 ובהנסמן שם הערה 30.
- 28. קהלת יא, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.