ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתר"פ-תרפ"זספר השיחות תרפ"ג[?] אדר תרפ"ג46

46

פרק משניות, עין יעקב אין שול — דאַרף מען זיך צו אים צובינדן.

ה. [אמר לאחד:] דיר האָט מען געדאַרפט אויסריידן, נאָר איינעם אויף איינעם. געדיינק, עס וועט קומען אַ צייט, אַז דער טאַטע וועט דיר אַ ריי? טאָן פאַרן נאָז (והי' מראה על חוטמו הק'), און וועט דיר זאָגן, אַז דו האָסט זיך ניט גוט באַגאַנגען מיט מיין יוסף יצחק'ן, יוסף יצחק האָט באַ דיר געדאַרפט זיין טייער, ווי די אויגן פון קאָפּ.

ו. ישראל ערבים זה בזה4, עריבות און מתיקות5 און אַ איד דאַרף זיין זיס דעם צווייטן התאמתות באלקות, כמו שא' מבין בלשון צרפת, והוא, כל המכונה בשם חסיד דאַרף ער ניט אויפשטיין שפּעטער פון 7 אַזייגער, להתפלל תפלה בצבור, יעדער איד דאַרף לערנען אַלע טאָג אַ פ' חומש מיט רש"י6 און דאָנערשטיק ביינאַכט דאַרף ער גומר זיין כל הסדרה7. עס דאַרף ניט נעמען קיין שלאָף איידער מען לערענט אָפּ אַ ענין פון תורה.

דער וואָס איז ניט זהיר אין די אַלע זאַכן זיינען מיר ניט אחראים פאַר עם הן בחסידות והן בקבלת פדיון, הרי הוא ישראל כשר והשי"ת יעזור לו, נאָר ער איז ניט אין אונזער חברה, מ'דאַרף סטראָייען8 אַ נייעם חב"ד.

ז. אויף תורה וועט שוין קיין העלמות והסתרים ניט זיין, עס איז אַ נייע אַבייאווקע1 אַז אויף תורה וועט ניט זיין קיינע מניעות ועיכובים, מ'האָט אַריינגעשטעלט פלייצען.

ח. [אמר להמלמד:] ישראל, זאָלסט זיצן און קנעלן, צו דיר זאָל קיין זאַך ניט שייך זיין, דאָס איז אונזער עסק, דאָס זאָל זיין שייך צו די ראשי אלפי ישראל, און וואָס אונז וועט קאָסטן דאָס איז אונזער עסק, אונזער געשעפט.

ט. מען דאַרף רייסן און ווייקן און זאַלצן, עס שמעקט פון אייך, מען קען אין אונזערע ד' אמות ניט אַריינגיין. דער פערד דאַרף גיין אויפן טרעטואַר9 און מיר אויפן גאַס.

י. [אמר לאחד:] געוואַלד. וואו איז דאָס אהבה וידידות? אַ צער קומט מען אָנזאָגן, און נחת דאַרף מען הערן פון אַן אַנדערן10. יענעמ'ס ניט גוט רירט דאָך אָן אין פּנימיות.

שמחנו כימות עניתנו11, מען לייגט אַוועק אָן אַ זייט וואָס עס איז פאַראַן קושיות אויף דעם ענין און עס פעלט אַ אָפּלייג אויף דעם ענין, אַבי יענעם זאָל ווערן גוט, און וואָס וועט יעמולט זיין, אַז ער וועט האָבן אַ מנוחת הלב אַ מנוחת המוח וועט ער קענען זיך עוסק זיין אין תורה ועבודה.

יא. [אמר לאחד מפולין:] אאמו"ר הי' נכסף — האָט געהאַט גאָר אַ כוסף — צו אייערע אידן, און האָט מיר אַמאָל

הערות

  1. 4. שבועות לט, סע"א. סנהדרין כז, סע"ב.
  2. 5. ראה ספר השיחות תש"א ע' 144. אגרותקודש ח"א ע' שפד. תפא. ועוד.
  3. 6. ראה גם שיחת: י"ט כסלו תרפ"ג. שמח"ת תרפ"ה (לעיל ע' 39. לקמן ע' 71).
  4. 7. ראה גם — שיחת שמח"ת תרפ"ה שם (לקמן ע' 71).
  5. 8. {6} לבנות.
  6. 1. {6} הודעה.
  7. 9. {6} מדרכה.
  8. 10. ראה אגרותקודש ח"ג ע' שכב ואילך. שם ע' תקעד ואילך. ח"ד ע' רעו ואילך. שם ע' תנז. ח"ח ע' שמז. ועוד. וראה גם לקמן ע' 79.
  9. 11. תהלים צ, טו.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

הקישור נקבע לפי ציטוטי הגמרא המשותפים בלבד — קישור ביבליוגרפי, לא נושאי. 18 עמודים.

  1. לקוטי שיחות 217 סנהדרין כז, סע"ב
  2. תורת מנחם בס"ד. שיחת ליל ב' דחג הפסח ה'תשי"ג. סנהדרין כז, סע"ב
  3. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ד' פ' האזינו, ז' תשרי ה'תשי"ד. סנהדרין כז, סע"ב
  4. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ מטות, מבה"ח מנחם-אב, ה'תשי"ד. סנהדרין כז, סע"ב
  5. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום א' פ' וישב, י"ט כסלו ה'תשט"ז. סנהדרין כז, סע"ב
  6. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ נח, בדר"ח מרחשון ה'תשי"ז. סנהדרין כז, סע"ב
  7. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ תשא, שושן-פורים קטן, ה'תשי"ז. סנהדרין כז, סע"ב
  8. תורת מנחם בס"ד. פורים (מאמר ב), ה'תשי"ז סנהדרין כז, סע"ב
  9. תורת מנחם בס"ד. שיחת יו"ד שבט ה'תשי"ב. סנהדרין כז, סע"ב
  10. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ב' פ' בלק, י"ב תמוז, ה'תשכ"א סנהדרין כז, סע"ב
  11. תורת מנחם בס"ד. שיחת אחרון של פסח, ה'תשכ"ג סנהדרין כז, סע"ב
  12. תורת מנחם בס"ד. שיחת ש"פ בהעלותך, ט"ז סיון, ה'תשכ"ו סנהדרין כז, סע"ב
  13. תורת מנחם בס"ד. שיחת יום ב' דחג השבועות, ה'תשכ"ז סנהדרין כז, סע"ב
  14. מאמרים מלוקטים בס"ד. ש"פ ויגש, ה'תשל"ב סנהדרין כז, סע"ב
  15. תורת חיים רפג, א סנהדרין כז, ב
  16. שולחן ערוך ו סנהדרין כז, סע"ב
  17. תורת מנחם ש"פ בראשית, מבה"ח מרחשון, ה'תשכ"ח סנהדרין כז, סע"ב
  18. תורת מנחם ש"פ ויגש, ז' טבת, ה'תשל"ב סנהדרין כז, סע"ב