250
אַז דער טעם פון דעם וואָס דוד המלך איז געווען פריער אַ מלך אין חברון און ערשט דערנאָך איז ער געוואָרן אַ מלך אין ירושלים86 איז וויילע בכדי צו ווערן אַ מלך בירושלים האָט ער געדאַרפט פריער "להתקשר באבהן שלשה בחי' חג"ת"
— ובפרט ווי דער רבי (מהורש"ב) נ"ע איז מוסיף87, אַז דאָס וואָס דוד האָט געדאַרפט זיין פריער אין חברון איז עס (ניט בלויז בכדי "להתקשר באבהן. . חג"ת", נאָר) אויך מצד דערויף וואָס חברון איז בחי' כתר מלכות88 —
איז מובן נאָכמער, ווי דורך די הקפות אין חברון (פאַר די הקפות אין ירושלים), האָט זיך אויפגעטאָן דער "כי מציון תצא תורה ודבר הוי' מירושלים" ביתר שאת וביתר עז,
און דאָס איז אויך אַ הכרזה גלוי' לעין כל, אַז גאַנץ חברון און גאַנץ ירושלים, און גאַנץ ארץ ישראל, זיינען געגעבן געוואָרן אין אַ ברית עולם, צום עם עולם, דורך תורה הנצחית — תורת עולם, פון אלקי עולם.
טז. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז נוסף אויף דעם וואָס עס קומט אַ נתינת תודה און הכרת טובה צו די שלוחים וועלכע האָבן געפּראַוועט הקפות אין חברון און ירושלים (בתור המשך צו די הקפות דשמע"צ ושמח"ת וועלכע מען האט געפּראַוועט אין די ד' אמות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו),
וואָס דורך דעם האָבן זיי אויך מכריז געווען (כאמור לעיל) אַז אידן זיינען די איינציקע בעליהבתים אויף גאַנץ ארץ ישראל
איז נוסף לזה: וויבאַלד אַז דורך די הקפות דאָרטן איז נסתיים און נשלם89 געוואָרן די הקפות דשמע"צ ושמח"ת בכל העולם,
דאַרף מען דעריבער מיטנעמען דעם נתינת כח פון דעם על כל השנה אין דעם "ויעקב הלך לדרכו", אָנהויבנדיק פון די צען מבצעים כללים (ווי גערעדט פריער סעיף יא), ובפרט אין דעם מבצע אהבת ישראל וואָס האָט אַ שייכות מיוחדת צו חברון און מערת המכפלה (כנ"ל סעיף וח).
יז. זעלבסט פאַרשטאַנדיק, אַז לכל לראש דאַרף זיין די התעוררות און די השתדלות אין די מבצעים שהזמן גרמא, וואָס דאָס איז מבצע נרות שבת קודש (וויבאַלד מען געפינט זיך ביום ערב שבת),
און וויבאַלד אַז "נר דלוק" איז פאַרבונדן מיט "שלחן ערוך"90 און מיט "מטה מוצעת"91 — איז דעריבער פאַרשטאַנדיק, אַז צוזאַמען מיט דער התעוררות אויף מבצע נרות שבת קודש קומט אויך די התעוררות אויף מבצע כשרות האכילה ושתי' און אויף מבצע טהרת המשפחה.
וואָס דאָס איז נאָך אַ טעם אויף דעם וואָס מען האָט אויסגעקליבן דעם טאָג (וואָס לילו איז ליל ערב שבת) אויף צו מאַכן די התועדות (און די הכרזה "ויעקב הלך לדרכו") — בכדי צו מעורר זיין במיוחד אויף די דריי מבצעים הנ"ל, וואָס ענינם איז92 בני (מטה מוצעת) חיי
הערות
- 86. ש"ב ה, ה.
- 87. קונט' הנ"ל שם.
- 88. רמ"ז לזח"ג קנח, ב — הובא בקונט' שם.
- 89. גם מלשון שלימות.
- 90. כמובן מזה ש"עיקר מצות הדלקת הנרות הוא נר זה שאוכל אצלו" (שו"ע אדה"ז רסרס"ג).
- 91. ראה כתובות קג, א. וברמב"ם הל' שבת פ"ל ה"ה.
- 92. הביאור בזה — ראה לקו"ש ח"ב ע' 509.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.