247
לאה"62 (און נאָך פאַר דעם: זינט אברהם אבינו האָט עס אָפּגעקויפט) — איז הכל מודים, אַז אידן זיינען דאָרט געווען די איינציקע בעלי בתים.
איז דאָך אין די טענה (הנ"ל) פונעם ישמעאלי גופא, געפינט זיך אַ קלאָרער ענטפער, אַז ס'איז ניטאָ קיין סברא אויף צוצונעמען ח"ו פון אידן זייער בעה"ב'שקייט אויף מערת המכפלה — אפילו בחלקה: אויב מען קען ניט צונעמען אַ טייל פון דער מערה פון די ישמעאלים מצד דערויף וואָס זיי געפינען זיך דאָרטן העכער טויזנט יאָר — איז דאָך במכש"כ וק"ו אַז מען קען ניט צונעמען ח"ו אַ טייל פון דער מערה פון אידן, וואָס זייער בעה"ב'שקייט אויף איר איז מיט טויזנטער יאָרן איידער ס'איז געוואָרן די גאַנצע מציאות פון דת ישמעאל63.
ולפלא וצער הכי גדול, אַז נאָך דעם ווי ס'איז געווען אַ הוראה גלוי' וברורה (וואָס אידן דאַרפן טענה'ן) דורך אַ גוי
— וואָרום מצד דעם וואָס "לא זכינו", האָט מען זיך אַליין ניט געכאַפּט אויף דעם (הגם ס'איז אַ טענה הכי פשוטה), און מען האָט געדאַרפט אָפּלערנען דאָס פון אַ גוי —
האָט מען זיך ניט געכאַפּט ווי אין דעם גוי'ס טענה גופא "געפינט זיך" די טענה הכי ברורה אַז גאַנץ מערת המכפלה געהערט צו אידן.
ועד"ז אויך בנוגע צו גאַנץ חברון, ווי גערעדט בארוכה אין די פריערדיקע התוועדות'ן64, אַז גאַנץ חברון געהערט צו די לויים,
ועד"ז איז אויך בנוגע צו גאַנץ א"י, אַז זינט דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו אברהם'ן "קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה"65 (וואָס דאַן האָט אברהם געמאַכט אַ קנין אין א"י66), און דערנאָך האָט דער אויבערשטער געזאָגט "לזרעך נתתי את הארץ הזאת — כבר נתתי"67,
איז זינט דעמולט געוואָרן גאַנץ א"י אַן אחוזת עולם צום עם עולם, און דאָס איז געקומען פון מלך העולם.
יא. שלימות פון ארץ ישראל איז דאָך פאַרבונדן מיט שלימות פון עם ישראל, און מיט שלימות התורה, און אויך מיט דער שלימות פונעם אויבערשטן כביכול — וואָרום כל זמן וואָס אידן געפינען זיך אין גלות איז אויך שכינתא בגלותא68. און וויבאַלד אַז "אימתי הוא גדול כשהוא בעיר אלקי
הערות
- 62. ואז "החזיק הוא (יעקב) במערה" ולא יוכל עשו (או בניו) לערער ולטעון שהמערה שלו (רמב"ן ויחי שם. וראה עד"ז אוה"ח שם).
- 63. והרי טענתם על מערת המכפלה [מה שהתפללו שם יותר מאלף שנה] היא — לא להיותם בני ישמעאל בן אברהם[ednref_49_*] כי אם — מצד תפלתם — דת ישמעאל.
- 64. דשמח"ת ודשבת בראשית. [לקו"ש חכ"ה ע' 91 ואילך].
- 65. לך יג, יז.
- 66. ראה ב"ב ק, א. ירושלמי קדושין פ"א ה"ג. וראה פרשת דרכים דרוש ט.
- 67. לך טו, יח. ירושלמי חלה פ"ב ה"א.
- 68. ראה מגילה כט, א. וראה לקו"ש ח"ט ע' 179. [edn_49_*] וגם בנוגע לזה אין להם שום טענה — כי: (א) כשקברו שמה את יצחק ואת רבקה אשתו — נשללה טענת ישמעאל (אוה"ח שם). (ב) גם (לפנ"ז) בעת שקנה אברהם את מערת המכפלה — הרי קנה אותה לקבור בה את שרה, והרי שרה היא שאמרה גרש גו' כי לא יירש בן האמה (וירא כא, יו"ד). (ג) ועיקר: ידוע שהערביים דעתה אינם בני ישמעאל כלל. [וראה לקו"ש חט"ו ע' 153 ואילך].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.