245
עד"ז איז אויך בנוגע צו כללות כל ישראל, וואָס "כל ישראל גוף אחד"44, אַז ס'איז ניט מספיק וואָס איין איד איז ניט מנגד צו אַ צווייטן, אָבער אעפ"כ איז יעדערער פון זיי אַ מציאות בפני עצמו — "שלי שלי ושלך שלך"45, נאָכמער — ער איז מקבל פון צווייטן און פילט אַז דורך יענעם באַקומט ער זיין שלימות, נאָר עס דאַרף זיין אַ התאחדות גמורה, ער זאָל זאָגן "שלי שלך כי (וויבאַלד אַז אויך דער צווייטער איד איז) עצמו ובשרו הוא"46.
און הגם אַז יעדער איד איז דאָך אַן "אבר" בפני עצמו — איז דאָס וואָס אידן זיינען פאַנאַנדערגעטיילט געוואָרן "לענפים ולניצוצות רבות בגופות מיוחדות"47, איז עס (ניט צוליב דעם ענין ההתחלקות, נאָר אדרבה) בכדי עס זאָל זיין די עבודה ושלימות פון "ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם"48, וואָס בכדי עס זאָל זיין אַן "אגודה" מוז מען האָבן פרטים מחולקים.
בשעת פון פרטים ווערט אַן "אגודה אחת" — איז עס נאָך מער מעלה ווי אחת מעיקרא49, וע"ד המבואר בכ"מ50 דער עילוי פון "אחד" לגבי "יחיד".
ח. ענין הנ"ל (בנוגע צו חברון) — איז מודגש נאָך מער אין "מערת המכפלה", וואָס זי איז "כפולה בזוגות"51, ועד"ז אויך אין נאָמען "קרית ארבע" וואָס איז "על שם ארבע זוגות"52:
די ד' זוגות זיינען פיר באַזונדערע ענינים, ביז אין אַן אופן פון מן הקצה אל הקצה: אברהם (ושרה) איז ענין החסד והאהבה; יצחק (ורבקה) — ענין הגבורה הצמצום; יעקב (ולאה) איז ענין הרחמים; און אדה"ר (וחוה) איז בחי' כתר53,
און אעפ"כ איז די מערה אין וועלכע זיי געפינען זיך — אַן איין און איינציקע מערה, זי ווערט אָנגערופן "מערת" לשון יחיד (ניט "מערות" לשון רבים).
און די זעלבע זאַך איז אויך בנוגע צו דער גאַנצער שטאָט (חברון) וואָס הייסט "קרית ארבע" — זי הייסט "קרית" לשון יחיד.
ט. פון דעם איז נאָך מער מובן, אויף וויפל ס'איז אַפּגעפרעגט די ווילדע54 סברא צו פאַנאַנדערטיילן ח"ו די מערת המכפלה.
נוסף צו דעם וואָס ס'איז אַ דבר הפשוט אַז קיינער קען ניט האָבן קיין טענות אויף מערת המכפלה, וויבאַלד אַז אַלע זיינען מודה (על המפורש בתושב"כ) אַז אברהם אבינו האָט עס אָפּגעקויפט און באַצאָלט פאַר דעם ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר55.
בנוגע צו גאַנץ ארץ ישראל איז שייך
הערות
- 44. ספהמ"צ להצ"צ שם רפ"א (מטעהמ"צ להרח"ו פ' קדושים).
- 45. ראה אבות פ"ה מ"י.
- 46. ספהמ"צ שם ספ"א.
- 47. לשון הצ"צ בספהמ"צ שם.
- 48. נוסח התפלה דר"ה ויוהכ"פ.
- 49. ראה בארוכה לקו"ש ח"ד ע' 1142 ואילך (שזוהי המעלה שב"לאחדים" על "כאחד"). ח"ט ע' 160.
- 50. תו"א נה, ב. ובכ"מ.
- 51. עירובין נג, א. פרש"י עה"ת ח"ש כג, ט.
- 52. עירובין שם. פרש"י שם כג, ב.
- 53. ראה אוה"ת שה"ש ס"ע שצ ממאו"א א, קד. וראה לקו"ת ויקרא א, ב.
- 54. להעיר שעל ישמעאל נאמר הוא יהי' פרא אדם (לך טז, יב).
- 55. ח"ש כג, טז. ב"ר פע"ט, ז. ולהעיר מסנה' צא, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.