255
אינו* בדומה כלל וכלל. המדע אומר וקובע שכל שיטה מדעית אינה ודאית — כ"א רק ששיטה זו יותר נוחה לקבלה בשכל האדם, היא יותר (אבל לא ).
(ממכתב חורף תשכ"ו)
עס איז צו מיר "צופעליק" געקומען צו דער האַנט אייער אַרטיקל אין דעם פסחנומער פון "דזשואיש אַדוואָקאַט" — "וועגן אידישע אַטעאיסטן". "צופעליק", ווייל אייער אַרטיקל דערשיינט אויף דער אַנדער זייט פון מיינעם אַ בריוו אויף דער טעמע פון "דיאַלאָג". ס'איז אָבער איבעריק צו זאָגן, אַז באַ אונז אידן איז דאָך בכלל ניטאָ דער ענין פון צופעליקייט, ווייל אַלץ איז בהשגחה פרטית.
אַזוי ווי אַ איד זוכט כסדר רמזים, געפין איך אין דער דערמאָנטער צוזאַמענטרעפעניש פון אונזערע אַרטיקלען אַ מעגליכקייט אויסצונוצן די געלעגנהייט און שרייבן אייך עטלעכע שורות, נאָך דעם צולאַנגן איבעררייס אין אונזער קאָרעספּאָנדענץ, אָדער — אַ פּאָר ווערטער באַ אַ פאַרבריינגען.
אגב, האָט מען מיר איבערגעגעבן, אַז איר זייט געווען אָנוועזנד עטלעכע מאָל באַ "פאַרברענגענס", אָבער צוליב אירגענד וועלכער סיבה האָט איר ניט געוועלט צוגיין נעענטער.
אייער אַרטיקל האָט מיר, נאַטירלעך, "אינטריגירט", און איך האָב אים געלייענט מיט אינטערעס.
איר שרייבט, אַז לכתחילה האָט איר גערעכנט אַז דער אַרויסטריט פון דער טרויעריקבאַרימטן (אָדער טראַגיקאָמישן) ראַביי קעגן דעם רבונו של עולם איז געווען אַן אויסדרוק פון פּראָטעסט (קעגן דער גערעכטלאָזיקייט פון דער וועלט). איך נעם אָן, אַז דאָס איז בלויז אַ מליצה, וואָרום זיכער ווייסט איר, אַז איינער וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין אַ סעמינאַר פון אַ באַוועגונג, וואָס איר גאַנצע פילאָזאָפיע איז דער היפּך פון קעמפן און רעבעלירן, נאָר איז אויסן בלויז צו מאַכן זיך לייכטער און באַקוועמער דאָס לעבן — איז ניט שייך צו אַזאַ מדרגה.
איך בין, זעלבסטפאַרשטענדלעך, מסכים מיט אייך, אַז די טענה פון "השופט כל הארץ לא יעשה משפט!" קען זיין אויטענטיש און האָבן די געהעריקע שטאַרקייט — נאָר ווען זי רייסט זיך אַרויס פון אַן אָנגעווייטיקטער האַרץ פון אַ טיפן מאמין.
הערות
- *. מענה למ"ש א' שהחסידים הם שאומרים שיש ספיקות בעניני מדע, והרי יש דיעות שונות גם בעניני תורה. וראה גם לקו"ש ח"ו ע' 318. ח"ל ע' 264 ואילך. ועוד. המו"ל.
מצוטט ב־2 עמודים
- אגרות קודש ח'תתקסט לקו"ש חל"ג ע' 255
- אגרות קודש ט'קיד לקו"ש חל"ג ע' 255
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.