ספרי כ"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"עספר השיחותתש"ו-ה'שי"תספר השיחות - תש"ירשימה 401

401

איבערזאָגענדיק איינע פון יענע דעם רבי'נס תורות: אַזאַ תורה קען זאָגן נאָר דער מקבל מפי הרמב"ם אַליין.

דער וואָרט פון דעם תמימות'דיקן אַלטען באַוואוסטען גאון האָט געמאַכט גאָר אַ שטאַרקן רושם אין דער עולם'שער גאונ'ישער וועלט.

באַ געוויסע עולמ'שע פירנדיקע גאונים האָט דעם גאון תמים'ס וואָרט געמאַכט אַ טיפע קנאה ווירקונג וואָס האָט געשאַפן גאָר גרויסע ביטערע פאלגן מיט שענדליכע מעשים.

טז. שמחת תורה תרנ"ז האָט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק געזאָגט: דער טאַטע האָט מיר געזאָגט בשם דעם זיידען — דער רבי דער צמח צדק — אַז רבינו הזקן האָט מיט הונדערט און פיר און צוואַנציק יאָהר צוריק — תקל"ג — מייסד געווען די חדרים.

אין מיין יומן איז באריכות פאַרצייכנט דער מסורה ענין מרבי לרבי, דער שטריינגער, גאָר גאָר זייער טיפער אויסשפּראַך וואָרט וואָס דער רבי זאָגט גאָר די ערשטע נשיאות זמן קומענדיק פון מעזריטש42:

חסידים וואָס זיינען זיך ניט עוסק אין עבודת התפלה מיט אַ איבערגעגעבענקייט זיינען בעלי הפרדה.

די — זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק — וואָס האָבין גיזעהן און געהערט דעם אינערליכן רגש און התלהבות ווי בעלי עבודה שבלב פלעגין איבערזאָגין די ווערטער האָט פועל געועזין אַ כללות'דיקע בושה אויף דעם אייגענעם בלי מהות.

טו"ב. דעם בליץ פייערדיקן וואָרט איז מגלה הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין יאָהר תרנ"ז בשעת די התייסדות הישיבה תומכי-תמימים.

כל ענין התורה והמצות, זאָגט הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק אין זיין שיחה ארוכה באַ אונדזער חופה סעודה, איז אויף צו מגלה זיין אין גשמיות וחומריות דעוה"ז די כוונה העליונה אַז אין מציאות היש זאָל זיך הערן און נתגלה ווערן די כוונה עצמית ופנימית פון עצמות א"ס ב"ה.

אָט דער ענין ואופן העבודה האָט הוד כ"ק רבינו הזקן מקבל געווען אין מעזריטש ביים מגיד מיט מורנו הבעש"ט'ס הצלחה ברכה.

עס איז אַ ענין פון עצמו מספר43. טייצן פון דעם וואָרט עצמו: א) עצם — שטאַרק. ב) עצם — האַרט. וואָס פון דעם צירוף קומט אַרויס אַ פירוש; ג) שטאַרק האַרט, כמאמר ברזל קשה אש מפעפעו44, אָבער שטאַרק האַרט45 איז אַזאַ שטאַרקע האַרטקייט וואָס אין פייער צוגייט דאָס ניט און וואַסער פאַרטרינקט דאָס ניט. עס איז שטענדיק און אומעטום אַ עצמי, און דאָס איז דער ריכטיקער טייטש פון דעם נאָמען איד.

הערות

  1. 42. עוד דברים שאמר או עשה כשחזר ממעזריטש — ראה לעיל ע' 23 הערה 7. וש"נ.
  2. 43. ע"ד תהלים מ, ו.
  3. 44. ראה ב"ב י, א].
  4. 45. ראה ד"ה אריב"ל בכל יום תפר"ח — שזהו ג"כ ב' פי' איתן, איתן שבנפש, תוקף שבנשמה, וואָס אַ איד ניט ער וויל און ניט ער קאָן להיות, ח"ו, נפרד מאלקות. ובזה מובן מה שמסיים שזהו דער ריכטיקער טייטש פון דעם נאָמען איד.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.