400

דער "וואָס געדיינקסטו"38 האָט מיר געבראַכט נאָך און נאָך מעלות און פאַרלייכטערונגען ווי צו ראַנגלען זיך מיט די קינדערשע פוילקייט, צו טראַכטן וועגן די אייגענע מוחין ומדות ניט ווי עס בעדאַרף צו זיין צושטאַנד, און פון פאַרשידענע דערציילונגען אַרויסנעמען געוויסע עצות אין דרכי התיקון.

מיין פערטער מלמד, ר' ניסן סקאַבלאָ, האָט געהאַט אַ סך בקבלה פון זיין זיידן בשם זיין פאָטער ר' ניסן מלמד39, וועלכער איז געווען איינער פון די תלמידים הנסתרים וואָס האָבן געלערנט מיט הגאון הצדיק הר' ברוך. אונדזער מלמד הר' ניסן האָט געהאַט פאַרשריבן אַ סך סיפורים40, וואָס על פי רוב פלעגט ער אונדז מכבד זיין יעדן פרייטאָג מיט אַ סיפור. מיר די תלמידים פלעגן שוין וואַרטן אויף דעם פרייטאָגסיפור מיט אַ צמאון.

יד. אין דער צייט וואָס איך האָב געלערנט אין חדר איז באַ די מלמדים געווען אַ סדר קבוע אַז מען זאָל די קינדער דערציילן סיפורים און אַז דאָס איז אַ דורותקבלה.

דעם סיפור וואָס מורי ר' ניסן מלמד דערציילט אונז אין אַ פרייטאָגסיפור, אַז אלטע חסידים האָבן דערציילט וואָס זיי האָבן געהערט אין זייערע קינדער יאָהרן אַז זקני החסידים האָבן אַליין זוכה געווען צו הערן פון הוד כ"ק רבינו הזקן:

עס זיינען פאַראַן צוויי דרכי עבודה: די עבודה פון געפינען אין זיך דעם חסרון און אים מתקן זיין, וואָס ביידע זאַכן, הן דער געפינען דעם חסרון און הן דער מתקן זיין אים, דאַרפן זיין על פי דרכי התורה.

אין מעזריטש האָט דער רבי געזאָגט בשם מורו הבעש"ט אַז דרכי עבודת תיקון המדות והכשרת כלי המוח בדרכי החסידות איז צו מאַכן פון דעם חסרון אַ מעלה.

אויף דעם יסוד התורה ודרכי העבודה דערציילט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק להוד כ"ק בנו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש, האָט דער זיידע — רבינו הזקן — אַוועקגעלייגט זיינע כחות עצמיים בערך דרייצן יאָהר.

אין יאָהר תקל"ג41 האָט דער רבי מייסד געווען אין זיין דאַמאָלסדיקן וואוין אָרט, די — באַ חסידי חב"ד באַוואוסטע — חדרים, אין דריי דרגות: חדר אלף, חדר בית, חדר גימל.

אין דעם ערשטן יאָהר פון דעם חדר אלף התייסדות און די תלמידים זיינען געווען אין זייערע היימען אין פערשידענע ערטער וואו עס האָבן געלעבט איינצעלנע בחירי תלמידי הגר"א זיינען זיי געווען זייער בעגייסטערט פון די שטאַרקע טיפע און רייכע סברות עמוקות'דיקע לומדות.

טו. אַ וואָרט פון דאַן אַ געוויסן תמימות'דיקן גאון וואָס האָט געהערט

הערות

  1. 38. זע קונטרס יב תמוז ה'שי"ת (קונטרס פ) ע' 265 [שיחת יג תמוז תש"ט (לעיל ע' 333)].
  2. 39. זע ס' הזכרונות ערשטער טייל וועגען עם.
  3. 40. ראה לעיל ע' 240. ע' 254. וראה לעיל ס"ע 43 ואילך.
  4. 41. כנראה היו שלשה זמנים כללים בסידור החדרים: תקל"ג (אחרי הסתלקות הה"מ ממעזריטש). תקל"ו — בהכתרת כ"ק רבינו לנשיא ליטא. תקל"ח — בבואו חזרה מנסיעתו ללות את הרה"ק הרמ"מ האראדאקער בעלותו לאה"ק ת"ו. ועפ"ז צריך לתקן "התמים" ח"ב ע' נ' בהערה שני'. וראה ג"כ שיחת י"ט כסלו תרצ"ג אות כב [וראה לעיל ע' 235.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.