399

און זאָגט מיר, דעם שבת ווען איך וועל ריידן חסידות זאָלסט שטיין לעבן ר' קאָפּל זעליקסאָהן35. ר' קאָפּל זעליקסאָהן פלעגט שטיין, בשעת הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק פלעגט זאָגן חסידות אין דער ערשטער שורה.

די בשורה טובה האָט מיך אינגאַנצן איבעראַשט, און איך בין גלייך געלאָפן צו דער מוטער דערציילן איר וועגן דעם, און אַ היבשע צייט פאַר ליכט צינדן בין איך שוין געווען אין פאָדער צימער וואו דער טאַטע פלעגט זאָגן חסידות.

שבת נאָך דער סעודה איז געווען אַ גרויסע התועדות. אין יענער צייט זיינען נאָך אין ליובאַוויטש געווען אַ צאָל עלטערע מענטשן, גאָר טיפע זקנים וואָס האָבן נאָך געדיינקט דעם מיטעלען רבי'ן און זיין גרויסן בית המדרש36 וואו ער פלעגט זאָגן חסידות.

איך בין נאָך דאַן צו יונג געווען אויף צו וויסן וואָס צו פרעגן באַ די זקני החסידים ענינים און הנהגות פרטיות ווי אַזוי די זקני החסידים פלעגן זיך נוהג זיין.

עס איז איבעריק צו דערציילן אַז צווישן זיי זיינען געווען טיפע פאַרשטייער אין דער השכלה פון חב"דחסידות, בעלי עבודה אין תפילה מיט אַ התפעלות הלב, אַמאָל מיט אַ תשוקה וצמאון אויסגוס און אַ מאָל מיט אַ נועם ועריבות אויסגוס, וואָס איך האָב דאַן וועגן דעם קיין שום בעגריף ניט געהאַט. עס איז מער ניט וואָס איך פלעג זעהען און הערן וואָס זיי דערציילן.

די אַלע סיפורים וואָס איך האָב דאַן געהערט האָב איך געלייגט יגיעה — לפי ערך יכולתי אין יענע עלטער — אַז איך זאָל זיי געדיינקען און איך זאָל קענען אַלעס פאַרשרייבן.

יג. איינע פון די גאָר וויכטיקסטע הדרכות וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מדריך געווען אין מיינע פריהעסטע קינדער יאָהרן און מזהיר געווען, איז אַז מען בעדאַרף מזמן לזמן מאַכן אַ צייט איבערצוטראַכטן און דער עיקר צו מעורר זיין דעם כח הזכרון37 אויף דעם אויסזעהען פון דעם צימער וואו דער טאַטע איז דאַן געווען אויך אויף די פרטים צי איז ער געשטאַנען אָדער געזעסן, ווי דער צימער האָט דאַן אויסגעזעהען, צי עס איז געווען זומער אָדער ווינטער, זונענשיין אָדער וואָלקענדיק, רעגן אָדער שניי.

זייענדיק קאָנצענטרירט אין דעם במחשבה אַ שעה ארוכה אָפּגעשלאָסן באַ זיך אין צימער, וואו די טיר און פענסטער זיינען געווען פאַרשפּאַרט די פענסטער פאַרהאָנגען, האָב איך זיך אַליין געפיהלט ווי דאָס אַלעס איז הוה.

זיצענדיק צוזאַמענגענומען מיט אַלע חושים און פאָרשטעלונג און טראַכטנדיק איינע פון די אמרי קדש בסגנונו הקדוש והמדוייק של הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק, האָט דאָס אַלעס געשאַפן אין מיר אַ אינערליכע פאָרשטעלונג אַז דאָס איז ניט קיין חלומ'דיקער עבר נאָר אַ פול זאַפטיקער הוה.

הערות

  1. 35. [החסיד ר' יעקב קאפיל זעליקסאהן החוזר בשנת תרנ"בתרנ"ג — ראה לעיל ע' 101. וש"נ.
  2. 36. בית המדרש של אדמו"ר האמצעי הי' גדול ביותר, ואלפיים איש יכלו לעמוד שם בריווח, והי' נקרא "הודו עלינו בית מדרש" כי הי' ארוך ביותר. והיו אומרים בדרך הצחות שאפשר הי' להתחיל להתפלל "הודו" בצד אחד של הביתהמדרש וכשהיו מגיעים לצד השני היו אומרים "עלינו" (רשימת רבינו משנת תרע"ד. ספר השיחות תש"ג ע' 125. רשימת היומן סיוןמנ"א תרצ"ב ("רשימות" חוברת קעה ע' 4).
  3. 37. ראה לעיל ע' 254. וש"נ].

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.