395

אויף וואזווראטנעם טיף. די עלטערן זיינען דאַן געפאָרן אין יאלטא12 — קרים — ווען דער פאָטער איז געווען לונגעןליידענד — און מען האָט מיך מיט גענומען אין יאלטא.

ז. נאָך ר' שמשון מלמד, גיט מען מיך אָפּ צום מלמד ר' דובער בר' פסח — בערע פיישעס.

ר' דובער בר' פסח מלמד איז געווען אַ אור אייניקל פון דעם ליאָזנער מלמד, צו וועמען אין חדר הוד כ"ק רבינו הזקן האָט אָפּגעגעבן את בנו הוד כ"ק אאזמו"ר האמצעי.

עס איז ידוע בקבלה מדור לדור וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן האָט דאַן געזאָגט צום ליאָזנער מלמד13:

איך וויל מיט דיר בייטן אַ מצוה אויף אַ מצוה. איך האָב אַ מצוה ולמדתם אותם את בניכם14, דו האָסט אַ מצוה מפרנס צו זיין את בני ביתך.

און האָט אים געבענטשט ער זאָל מעמיד זיין תלמידים וואָס זאָלן מצליח זיין אין תורה ויראת שמים.

באַ ר' דובער בר' פסח לערן איך זייער פלייסיק, צוזאַמען מיט עטלעכע צוגעקליבענע פּאַסיקע חברים, ר' שמואל דעם שרייבערס15 און ר' בןציון משרת16 קינדער, וועלכע זיינען מיט אַ יאָהר אָדער צוויי עלטער פון מיר. זיי קומען יעדן טאָג צום אַכטאַזייגערדיקן מנין, בריינגען מיט זייער אָנבייסן, און האַלב צעהען זעצט מען זיך לערנען.

אין ליובאַוויטש זיינען דאַן געווען פינף שוהלן. אונדזער שוהל (האָט געהייסן דעם רבי'נס שוהל), דער שטאָטישער בית המדרש, בנימין'ס שטיבל, חאחלויקער בית המדרש און גאָלדעס מנין.

באַ מיינע ערשטע מלמדים איז אונדזער חדר געווען אין בנימין'ס שטיבל17.

ח. ווען איך בין אַלט געוואָרן ניין יאָהר, בשנת תרמ"ט, האָט מען מיך אָפּגעגעבן צו ר' ניסן מלמד, ר' ניסן סקאַבלאָ. זיין חדר איז געווען באַ ר' ישעי' קאַסטיער18.

ר' ישעי' קאַסטיער איז געווען אונדזערער אַ שכן, אַ קרעמער, אַ בןתורה און אַ בעלצדקה. ער איז געווען אַ חשוכי בנים ר"ל און אַ שטאַרקער בעלצדקה, פלעגט מחזיק זיין אַלע שטעטלדיקע מוסדות הצדקה ווי אויך די משולחים וואָס פלעגן קומען אין ליובאַוויטש.

ר' ישעי' פלעגט קלייבן נחת פון ר' ניסן'ס לערנען מיט די קינדער. נאָך דער קראם צייט פלעגט ר' ישעי' זיך אַוועקזעצן באַ זיך אין צימער, וואָס איז געווען אָפּגעטיילט פון אונדזער חדר מיט אַ דינער קומתאדם ווענטיל, פלעגט נעמען אַ זיטאָמירער גמרא און זיך צוהערן ווי המלמד ר' ניסן לערנט מיט אונדז.

עס פלעגט זיין אַ פערגעניגן צו זעהען, מיט וואָס פאַר אַ הדרתהכבוד דער ווייס גרויער זקן פלעגט דערלאַנגען אונדזער מלמד אַ גלאָז טיי מיט וואַרעניע.

אַזאַ כבודהתורה איז אין יענע צייטן

הערות

  1. 12. [ראה לעיל ע' 21. וש"נ.
  2. 13. ראה לעיל ע' 161. וש"נ.
  3. 14. עקב יא, יט.
  4. 15. ראה אודותו לעיל ע' 377 הערה 1.
  5. 16. ראה אודותו בהנסמן לעיל ע' 83 הערה 11.
  6. 17. ראה לעיל ע' 79 ובהערה 13.
  7. 18. ראה רשימת המאסר — ספר השיחות תר"פתרפ"ז ע' 248.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.