394
דעם טאַטנס פאַרלאַנג איז געווען — לויט ווי די מאַמע האָט מיר דערציילט — אַז ווען איך האָב ניט בעדאַרפט עסן אָדער שלאָפן זאָל איך אַ געוויסע צייט אין טאָג זיין באַ אים אין צימער.
ה. אַזוי זיינען געווען מיינע קינדער חינוך יאָהרן פון יאָהר תרמ"ד ביז מען האָט מיך אַריינגעגעבן אין חדר צום דרדקי מלמד ר' יקותיאל9, וואָס אַ חוץ לערנען עברי דערציילט ער סיפורים פון תנ"ך מיט געוויסע ב'טעמ'טע דערקלערונגען וואָס מאַכן רייך די קינדערשע פאָרשטעלונג.
מיין צווייטער מלמד, ר' שמשון10, האָט געהאַט אַ ברכה פון הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק אַז ער זאָל מצליח זיין אין ללמד תשב"ר, און די ברכה איז געווען מפורסם אין בפועל ממש, ער איז אָבער געווען בטבע אַ שטאַרקער כעס'ן, און כל חמתו פלעגט ער אויסלאָזן אין שמייסן.
בשעת אַ געוויסן כעס אָנפאַל האָט דער מלמד געשלאָגן, שרייענדיק דערביי: "באַ מיר זיינען אַלע גלייך, ניטאָ קיין בנייחידים, קיין יחסנים, ומורא רבך כמורא שמים". אַ טייל חברים מיינע באַהאַלטן זיך אונטערן טיש, אַ טייל אַנטלויפן פון חדר, איך און נאָך צוויי חברים חלש'ן.
נאָך דער דאָזיקער פּאַסירונג זיינען מיר, די געשלאָגענע תלמידים, אייניקע וואָכן שטאַרק ניט געזונט געווען, ביז מיר האָבן זיך ערהאָלט.
ו. אין ליובאַוויטש זיינען געווען אין יענער צייט דריי דאָקטוירים. אַן אַלטער פּולישער דאָקטאָר, וויקטאָר באָגאָראָדסקי, ער האָט געהאַט אַ ארדן מיטן טיטול גענעראַל וואָס ער האָט באַקומען פון דעם פוילישן גוט באזיצער טשעקרעט, וואָס אַ גרויסער טייל פון ארשער אויעזד איז געווען שייך צו דעם אייגענטום פון דער פאַמיליע טשעקרעט.
אין מיינע קינדער יאָהרן איז דאָקטאָר באָגאָראָדסקי געווען אַ טיפער ניינציק יאָהריקער זקן. ער האָט געלעבט אין זיין אייגענעם פּאַלאַץ אין פאלווארק (אחוזה) "קריווינע", און פלעגט פון צייט צו צייט קומען אין ליובאַוויטש, אין אַ חגא טאָג, אויסגעפּוצט אין זיין אַרמיי מונדיר און קוקן אויף אַלעמען פון אויבן אַראָפּ.
דער צווייטער דאָקטאָר, יערמאקאוו, איז געווען דער דאָקטאָר פון וואלאסט11, אַ רוסישער, געווען אַ ראַיעלער מענטש, און האָט געהאַט זיינע דרכי רפואה, ער האָט ליב געהאַט דעם מעסער און רייסן ציינער.
דער דריטער, דער אידישער דאָקטאָר פון שטעטל, איז געווען ד"ר יאַקאָבסאָן, זיין געהאַלט פון שטעטל איז געווען 10 רובל אַ חדש, 5 רובל פון הכנסת המרחץ, 5 רובל פון ביקור חולים, 10 רובל פון חצר און רייכערע בעלי בתים, און צוואַנציק קאָפּיקעס אַ וויזיט. גאָר געהויבענע בעלי בתים און דער חצר פלעגן צאָלן פון פופציק קאפּיקעס ביז אַ רובל אַ וויזיט.
ווען איך בין געווען ניט געזונט, וואָס ר' שמשון מלמד האָט מיך צוביילט, פלעגט ד"ר יאַקאָבסאָן קומען יעדע דריי פיר טעג און געבן רפואות.
אין משך פון אייניגע חדשים מיט געוויסע רפואות האָב איך זיך פאַרשטאַרקט. איך בין דאַן קראַנק געוואָרן
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.