393
בלומענטהאַל. וועמען מען האָט גערופן אין ליובאַוויטש הערציל דער שרייבער5.
באַ אונדז אין חצר איז הערציל דער שרייבער געווען דער וואָס פלעגט ערליידיגן אַלע זאַכן וואָס האָבן געהאַט אַ שיייכות מיט דעם פריץ פון שטעטל, מיט דעם אוריאַדניק6 און מיטן פריסטאָוו6, וועלכע פלעגן אונדז מכבד זיין פון צייט צו צייט מיט זייערע וויזיטן.
הערציל איז געווען אַ פּראָדוקט פון דער ליובאַוויטשער השכלהשול וואָס די רוסישע רעגירונג האָט געגרינדעט אין ניקאָלאַי דעם ערשטנס צייטן.
די ליובאַוויטשער צוואנג השכלהשול האָט אַ בעזונדער וויכטיקע דברי הימים אין וועלכן עס שפיגלט זיך אָפּ דער לעבנססדר אין די קליינע שטעטלאַך אין די רוהיגע אידישוואַרימע היימען פון יענער צייט.
ב. מיין חינוך, וואָס הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מיך מחנך געווען הויבט זיך אָן אין די גאָר גאָר פריעסטע קינדער יאָהרן.
איינע פון די פיעלע הדרכות אין דרכי החסידות, באַ חסידי חב"ד בכלל און בית רבי בפרט, איז צו מאַכן וויסן אַ קינד פון גאָר גאָר יונג אַז מען בעדאַרף זיין געהיט פון זיין איבערקלייבעריש וואָס צו עסן אויך ניט איבערקלייבעריש אויף וואָס צו שלאָפן, און זיין אימער ריין הן קערפּערליך און הן אין קליידונג.
ג. אין יאָהר תרמ"ג ווען הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק איז עובר לפני התיבה אַלע דריי תפילות, שחרית, מנחה ומעריב, ביים זיידן אין חדר7, וואו אַלעס — די ספרים, כתבים, דער שרייבטיש און די איבעריקע מעבל — איז נאָך געווען מסודר ווי בחיי דעם זיידן בעלמא דין7, פלעגט מיך די מאַמע אַריינפירן און אַוועקזעצן אין איינע פון די גרויסע פאָטערשטולן, און אָנזאָגן מיר איך זאָל זיין שטיל און פאָלגן וואָס ר' יוסף מרדכי משרת8 וועט מיר זאָגן.
דעם טאַטנס דאַוונען פלעגט מיך מאַכן וויינען, נאָר איך פלעג זיך שטאַרק היטן דער טאַטע זאָל ניט הערן מיין געוויין.
איך פלעג זיך היטן ניט צו פאַרפעלן אַ אמן, שפּרינגען קדוש און זיך בוקן צו מודים.
ד. מיין מוטער האָט מיר דערציילט אַז איך פלעג דאַן אַלץ פרעגן וואו איז דער זיידע און פאַרוואָס וויינט דער טאַטע.
איך בין דאַן געווען שטאַרק בלייך און פלעג וויינען. איך בין בטבע בתולדתי אַ שטאַרק פאַרשלאָסענער, ניט אַרויסצוווייזן מיינע געפיהלן, און האָב שטאַרק ניט ליעב, ריכטיקער געזאָגט — פיינט, ווען מען לייגט רחמנות אויף מיר.
מיין מוטער האָט געזעהען ווי מיך פאַרפאָלגט עפּעס אַ אינערליכער געפיהל, האָט זי ריכטיק בעגריפן אַז דאָס איז אַ פועליוצא פון דעם טאַטענס דאַוונען, און פון דאַן אָן האָט זי מיך מעהר ניט געלאָזט זיין אין דעם צימער בזמני התפלה.
הערות
- 5. ראה גם רשימת היומן של רבינו מיום ד', ה' תשרי תרנ"ב (ספר המאמרים תשי"א ע' 295)].
- 6. נעמען פון פּאָליציי בעאַמטע אין רוסלאַנד.
- 7. [ראה רשימת היומן ש"פ וירא, כ"ף מרחשון תרצ"ג ("רשימות" חוברת קיט ע' ס"ע 5 ואילך): "בשנת האבילות רמ"ג — הי' [כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע] בחדרו של מהר"ש נ"ע, שם אכל ושתה וישן, וגם המנין שלו הי' שם".
- 7. ראה מקומות שצויינו לעיל ע' 65 הערה 7].
- 8. זע ס' התולדות — אדמו"ר מהר"ש ע' 67, 70 [וראה לעיל ע' 233. וש"נ.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.