392
עובד און מעורר ומגלה זיין דעם אור הנשמה דורך עבודת התפלה.
ט. נאָך די אַלע הקדמותהכשר, וואָס זיינען מכשיר דעם אור השכל, און זיינען מעורר דעם הרגש הלב, וועל איך אייך מגלה זיין און איבערגעבען אַ נקודה עבודהוואָרט:
דער תכלית פון תורת החסידות און תפלה און לימוד החסידות איז, אַז עס זאָל נתגלה ווערען דער העלם עצמי פון מאור הנשמה.
י. חסידים בעלי עבודה ווייסען דעם פירוש המלות פון די נעמען: א) אַ נקודהוואָרט. ב) אַ השכלה — נקודהוואָרט. ג) אַ עבודה — נקודהוואָרט.
ווי מען האָט שיים פיהל מאָל מדגיש געווען אַז דער שטאבילער העדר עבודת התפלה במשך פון עטליכע צענדליק יאָהר; איז אַנשטאָט דעם אַמאָליקן צובראָכענעם אני וואָס חסידים בעלי עבודה האָבען געהאַט, איז באַ די היינטיקע העדר עבודתהתפלה'ניקעס אויסגעוואַקסען גאוהישות חטוטרות.
ווי געזאָגט אַז יעדער איינער פון חסידי חב"ד און תלמידי התמימים ה' עליהם יחיו בעדאַרפען איינזעהן דעם אמת'ן געפאַרסכנה וואָס דער העדר עבודת התפלה קאָן — רחמנא ליצלן, לא יעלה ולא יבוא — בריינגען.
איך האָף להשי"ת, אַז יעדער פון עדת חסידי חב"ד, און יעדער פון תלמידי התמימים, בלי פלוג אין וואָס פאַר אַ מדינה די השגחה עליונה האָט אים אהין געבראַכט, וועט די הודעה לייענען מיט דעם ריכטיגען חסידות'ן געבענטשטען רגשנפלא, און וועט זיכער אַלעס מעגליכע טאהן לטובתו און לטובת בני ביתו, והשי"ת יצליחם בגשמיות וברוחניות.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.