391

אידען, בני ובנות ישראל, דאַרפען און מוזען דורכגיין די גאַנצע וועלט מיט תורה ומצות.

די ששת ימי השבוע פון דער וועלט זיינען די שיתא15 אלפי שנין דהוי עלמא, איצטער איז שוין פרייטאָג, יום השישי, נאָך האַלבען טאָג16, מען בעדאַרף זיך שוין גרייטען צום הייליגען שבת קודש.

ז. דאָס וואָס מען האָט מבאר געווען, האָט מען דאָס אַלץ גערעדט בכללות דעם שנירלסדר פון עולם, דאָס הייסט דער שנירלסדר פון דער התהוות הכלי וואָס א"ס ב"ה האָט געגעבען נשמות וואוהין זיי דאַרפען — דורך עבודה אין תורה ומצות בעלמא דין הגשמי והחומרי — ממשיך זיין דעם אור עצמי פון עצמות א"ס ב"ה.

און בכדי מגלה צו זיין דעם רצון העליון פון עצמות א"ס ב"ה זיינען די צוויי אופנים פון גליא און נסתר, וואָס הן אין גליא איז פאַראַן דער אופן הגלוי לכל און דער אופן הנסתר, וואָס איז גלוי רק ליחידי סגולה און הן אין סתום איז פאַראַן גליא, וואָס איז ידוע לכללות הצדיקים און דער סתום וואָס איז ידוע נאָר לצדיקים הנסתרים, וואָס השי"ת האָט מעמיד געווען צדיקים נסתרים און צדיקים נגלים.

דער דרך פון די צדיקים הנסתרים איז אַ דרך פנימי וכמוס, ניט נאָר זיי זאָלען פירען דעם עם ישראל אין די טרוקענע דרכי תורה ומצות נאָר אויך אַריינגעבען אין זיי אַ אינערליכען באגער צו דעם הרגש פנימי געפיהל.

דער ערשטער פון די צדיקים נסתרים, וואָס איז — על פי ציווי מלמעלה — נתגלה געוואָרען, איז מורנו הבעל שם טוב.

דער סדר הקבלה איז: מורנו הבעל שם טוב האָט מקבל געווען פון אחי' השילוני17 און האָט די ענינים מגלה און מוסר געווען צו זיינע תלמידים הקדושי' און האָט בוחר געווען את רבינו המגיד ממעזריטש און האָט אים מסמיך געווען אַז ער זאָל זיין דער מנהל און מנהיג עדת הצדיקים תלמידי מורנו הבעש"ט און די עדת הצדיקים הנסתרים.

ח. איך בין גאָר ניט זיכער אַז איך האָב שיים אין די עטליכע פרקים געמאַכט די ריכטיקע הקדמה צו דעם וואָס איך וויל אייך דאָ איבערגעבען.

מיין ניט זיכערקייט אין דעם, צי די הקדמה רייד זיינען באַ אייך צוגענומען אין אַ פנימיות אַז מען קען שוין איבערגעבען דעם פנימית וואָרט, איז ווייל במשך פון די איבער פופציג יאָהר האָט זיך דער מצב רוחני אין חסידות השכלה והבנה בכלל און אין עבודה פון תפילה און תיקון המדות בפרט געביטען.

ריכטיקער געזאָגט ניט עס האָט זיך געביטען, נאָר מי האָט דאָס געביטען.

אַמאָל איז געווען באַ חסידי חב"ד עובדים גרויסע, און משכילים מהיכיתיתי, איצטער איז מען גרויסע במאיקאמיפלגי'ס, משכילים און עובדים מאן דכר שמי'.

יעדער איינער פון אנ"ש ותלמידי התמימים בעדאַרף זיך גוט און אמתפנימיות'דיק אדעתא דנפשי' פאַרטראַכטען ניט בכללות נאָר טאַקע בפרטי פרטיות און קומען צו דעם אמת'ן עבודהבעשלוס אַז מען בעדאַרף זיין אַ

הערות

  1. 15. ראה רמב"ן על התורה בראשית ב, ג.
  2. 16. [ראה לעיל ע' 331].
  3. 17. ראה שיחת חה"ש תש"ח (קונטרס סו) אות וא"ו [לעיל ע' 232] ובהערה שם.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.