390
וועלט אַז אַנדערע זאָלען אויך וויסען און ליגען אין דעם צו פאַרשפּרייטען געטליכקייט.
און דאָס איז דער מיין וואָס אברהם התחיל להאיר, אברהם איז געווען דער ערשטער פון די וואָס עבודתם איז ניט נאָר האַלטען דעם אור פאַר זיך אַליין נאָר אויך להאיר, מאַכען דעם צווייטען אויך פאַר אַ אור'דיקען.
ד. אברהם התחיל להאיר, אברהם האָט אָנגעהויבען ליכטיק צו מאַכען, דאָס הייסט, אַז דער אידישער וועלטטאַטע אברהם האָט ליכטיק געמאַכט די גשמיותחושך'דיקע וועלט.
מיט וואָס האָט דער טאַטע אברהם ליכטיק געמאַכט די גראב פינסטערע וועלט? מיט מסירת נפש. מיט איבערגעבען זיך און בריינגען צו דער עקידה זיין ליבלינג טייערען זון יצחק, בכדי מקיים צו זיין דעם ציווי הבורא ברוך הוא.
מיט אָט דער מסירת נפש איבערגעגעבענקייט, צו פירען זיין ליבלינג קינד יצחק צו דער עקידה אָן קיינע טעמים, האָט אברהם אבינו זוכה געווען צום קנין עצמי פון להאיר את החושך, ליכטיק מאַכען די פינסטער גשמיות'דיקע וועלט מיט אַ אור עצמי.
און דאָס איז דער תוכן הענין פון "התחיל להאיר". די התחלה פון אור וואָס דער אור איז להאיר; אין אור גופא איז פאַראַן צוויי דרגות אור: א) אור. ב) אור להאיר.
דער אור להאיר איז ניט נאָר אַ שטאַרקערער אור ווי אור, נאָר זיין שטאַרקייט איז אַ אינערליכע, דאָס איז ניט קיין חיצונית'דיקע ליכטיקייט וואָס בלענדעט דעם עין הרואה, נאָר אַ אור להאיר, ער שאַפט אור.
אין חכמת וסדרי רפואת אברי הגוף איז דאָ געוויסע מחלות ר"ל וואָס דער הילוך הדם אין די אברי הגוף איז בחלישות מצד ריבוי שמנונית איז די רפואה דורך אור, אַ מילדעשוואַכע ליכטיקייט, אָבער אַ טיף אינערליכער אור, און דאָס איז דער מיין פון דעם התחיל להאיר פון אברהם אבינו.
און דאָס איז דער תוכן הענין פון "התחיל להאיר", ביז אברהם'ען זיינען אויך געווען צדיקים, זאָגאר אפילו אַזאַ דרגא ווי צדיק תמים, אָבער דער כללות העולם איז געווען אַ אפילה'דיקער.
ה. דער טיפער פאַרשטאַנד פון דעם וואָרט, הגם עס איז איבעריק דאָס צו מבאר זיין, אָבער דאָך אפילו אין דעם וואָס מען פאַרשטייט איז גוט צו מאַכען אַ הטעמהגעשמאַק, ווייל הטעמה בריינגט די פרישקייט פון מעיינות החכמה.
אַלע ווייסען אַז די אבות יצחק און יעקב האָבען ממשיך געווען דעם אור עצמי וואָס אברהם אבינו האָט מגלה געווען, אַז דער אור זאָל נמשך ווערען אין כלים פנימיים נאָר אין בני יעקב.
דאָס מיינט, אַז די התחלה וואָס אברהם התחיל להאיר, איז נמשך געוואָרען, דורך יצחק'ן, צו יעקב ובניו.
די גליאתורה'דיקע וועלט איז מבאר דעם ענין אין ספרים.
טיפער פאַרשטיין דעם נקודת הענין, איז על פי המבואר אין קבלה וחסידות, הגם יעקב אבינו איז שוין אַ אחד'דיקער, זיין עבודה איז אורות בכלים, ווי דער סדר פון עולם התיקון איז, דאָך איז דאָס נאָך קודם מתן תורה.
ו. מתן תורה איז געקומען צו אונז — דעם עם המיוחד — מיט אַ סדר והדרגה דעולם התיקון, גלות מצרים, קריעת ים סוף, און מתן תורה.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.