389
נאָך מער, זיי — די סתימאמוחין'דיקע זיינען גאָר שטאַרקע נזהרים אין דקדוקי מצות און מאַכען כמה וכמה סייגים זיי זאָלען ח"ו ניט נכשל ווערען אין אַ דקדוק קל פון הידור מצוה הן אין אַ העדר קיום מצות עשה און הן אין עובר זיין אויף אַ לא תעשה, נאָר דאָס אַלעס איז באַ זיי בהגלמה.
די וואָס ווילען זיך פאַרשטייןגעבען וואָס מיינט דער אויסשפּראַך "הגלמה" אויף דער חסידותחב"ד שפּראַך קענען דאָס זיך ערקלערען מיט דעם אונטערשייד פון דעם שטאַנד און ווירקונג פון די אברי הגוף.
די קאָפּ און אחוריים7 זיינען ביידע פון דער גרעסטער וויכטיקייט פאַר דעם מענטשען, דאָך זיינען זיי פאַרשידען, סיי אין זייער מהות און סיי אין זייערע פעולות.
ג. די אויבענדערמאָנטע צוטיילונג פון סתימא'מוחין'דיקע און גליאמוחין'דיקע מענטשען איז שוין מתחילת הבריאה איינגעטיילט אין צוויי דרגות.
די צוויי דרגות זיינען מתחילת הבריאה, פון אדם הראשון ביז אברהם און פון אברהם און ווייטער.
דער זמן ביז אברהם איז אפילה, און פון אברהם איז אור.
עס שטייט8 עד אברהם הי' העולם מתנהג באפילה ומכיון שבא אברהם התחיל להאיר, ביז אברהם האָט זיך די וועלט געפירט אין פינסטערניש, עס איז געווען אַ פינסטערניש אויף דער וועלט9.
אברהם התחיל להאיר.
דער טיפער מיין פון דעם וואָרט איז, אַז ניט נאָר אברהם אבינו האָט געלעבט אין אור, נאָר אויך התחיל להאיר, ער איז געווען איבערגעגעבען, מיט אַ מסירת נפש עבודה, אויף להאיר, ליכטיק צו מאַכען די פינסטערניש פון דער וועלט.
חסידותחב"ד דערקלערט אַז עבודת אברהם אבינו איז אַז דער חושך אַליין זאל, דורך עבודה און קיום המצות ומדות, ווערען אור.
אדם הראשון, הגם ער איז באַשאַפען געוואָרען עפר מן האדמה, דער גרעבסטער יסוד פון ד' יסודות אש רוח מים עפר10, ער איז אָבער געווען יציר כפיו של הקב"ה11, וואָס מיט זיין קערפּערליכער שיין האָט ער פאַרטונקעלט די זון ליכט12, אָבער נאָך די אַלע גרעסטע מעלות און הפלאות איז ער געווען אַ אפילה מענטש13.
אויך נח, וועלכען די תורה רופט מיטן נאָמען צדיק, איז אָבער נאָר בדורותיו, דאָס מיינט אַז לגבי זיינע צייטמענטשען איז ער געווען אַ צדיק, און זיינע צדקות איז געווען נאָר פאַר זיך אַליין, ער איז ניט געלעגען14 אין דעם צו בעלייכטן די
הערות
- 7. להעיר מהידוע דשמש ומגן הוי' אלקים, היינו דשם אלקים הוא מגן לשם הוי'. ומבואר בכמה מקומות (ראה מאו"א מע' א' אות ס' ועוד) דשם אלקים נק' אחור והוי' — פנים. וראה בתניא פ"ו ופכ"ב.
- 8. ראה בראשית רבה פ"ב, ג.
- 9. [בכ"ז — ראה גם שיחת י"ט כסלו תרצ"ב (לקו"ד ח"ד תשנ, סע"ב ואילך). לעיל ע' 209 ואילך.
- 10. ראה במדב"ר פי"ד, יב. זח"ב כד, א. רמב"ם הל' יסוה"ת פ"ג ה"י.
- 11. ראה ב"ר פכ"ד, ה. קה"ר פ"ג, יא (ב). אדר"נ ספ"א].
- 12. בבא בתרא נח, א [וראה ויק"ר פ"כ, ב].
- 13. ראה שיחת יום ב' דחג השבועות ה'שי"ת (תורת מנחם התוועדויות ח"א ע' 94).
- 14. זהר ח"א קו, א. וראה ג"כ סד"ה החודש הזה, ש"ת [סה"מ ה'ש"ת ע' 29 ואילך].
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.