388

חורף ה'שי"ת1

א. אין ימי עולם איז פאַראַן צוויי זמנים: א) דער זמן פון בריאת עולם ביז מ"ת. ב) און דער זמן פון מתן תורה וואָס פון דאַן אָן ווערען דער עם ישראל גערופען מיט פערשידענע לויבטיטול נעמען: עם סגולה2, עם הנבחר3, גוי קדוש4.

די תורה הייבט זיך אָן פון בראשית, וואָס דאָס איז דער ימי עולם, און מתן תורה הייבט זיך אָן פון נאָך יציאת מצרים.

די מסכת אבות וואָס וויל איבער געבען דעם סדר הדורות מיט די מנהיגי הדור וואָס האָבען געהאַט דעם גרעסטען מסירת עצמם אויף אַריינבריינגען די עניני התורה אין דעם עם הנבחר הייבט זיך אָן מיט דעם בעשרייבען ווי משה רבינו האָט מקבל געווען די תורה.

משה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע ויהושע לזקנים וזקנים לנביאים ונביאים מסרוה לאנשי כנסת הגדולה.

די משנה דערציילט אונז דאָ דעם סדר פון נתינת וקבלת התורה.

אין נתינה — געבן אַ זאַך, און מסירה — איבערגעבן די זאַך, זיינען פאַראַן פיר ענינים: די זאַך וואָס מען גיט, דער נותן — ווער עס גיט, דער מקבל — וועמען מען גיט, און דער, וועמען דער ערשטער מקבל גיט איבער די זאַך ווייטער.

ב. אין תורה איז דאָ גליא שבתורה און סתים שבתורה. וואָס ביידע זיינען מתאימות5, הגם זיי זיינען צוויי בעזונדערע ענינים, ווי מיר זעהן במוחש אַז עס זיינען פאַראַן גליא'ניקעס, וואָס לבד זאת וואָס זיי ווייסען ניט וואָס עס מיינט סתים שבתורה, זיינען זיי נעבעך סתימאמוחין'דיקע6, זייער מוח איז ווי פאַרשלאָסען צו בעגרייפען פנימיות התורה.

זיי, די סתימאמוחין'דיקע, זיינען יודעי תורה ומקיימי מצות בדיוק דיראת שמים, נאָר אַלץ איז באַ זיי בהגלמה — גולם'דיק.

די נקודת ההפרש צווישען גליאמוחין'דיקע און סתימאמוחין'דיקע איז ניט ח"ו אין אמונה פשוטה אָדער אין קיום המצות, זיי — די סתימאמוחין'דיקע זיינען נזהר אין קיום המצות, הן אין מצות עשה, אַז וואָס מען בעדאַרף טאָן טוען זיי, און אין דער צייט וואָס מען בעדאַרף דאָס טאָן. הן אין מצות לא תעשה זיינען זיי זייער נזהר ניט צו טאָן דאָס וואָס מען בעדאַרף ניט טאָן.

הערות

  1. 1. נרשמה על ידי כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בחורף ה'שי"ת — נעתקה מגוף כתי"ק. נדפס בסה"מ ה'שי"ת ע' 247 ואילך עם מ"מ והערות מכ"ק אדמו"ר נשיא דורנו.
  2. 2. [ואתחנן ז, ו. וראה יתרו יט, ה.
  3. 3. ראה ואתחנן שם ("בך בחר ה' אלקיך"). חדא"ג מהר"ל מנחות קי, א ("עם הנבחר"). ברכת השחר ("אשר בחר בנו מכל העמים"). ברכת אהבת עולם ("ובנו בחרת מכל עם ולשון"). קידוש ליו"ט ("אשר בחר בנו מכל עם").
  4. 4. יתרו שם, ו].
  5. 5. [ראה זח"ג קנב, א. סהמ"צ להצ"צ ה, א. כב, ב. ובכ"מ].
  6. 6. ראה תיקוני זהר ת"ל נתיב תנינא. ובהקדמת הרח"ו לשער ההקדמות [הקדמה הא'] (נדפסה [בעץ חיים דפוס ווארשא, תרנ"א.] בקונטרס עץ החיים [ע' 61 ואילך]).

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.